פלוארעסצירנדיק לעמפל
א פֿלואָרעסצירנדיק לעמפל איז א סארט עלעקטריש לעמפל (לעקטער גלעזל) וואס שאפט ליכט מיט הייסער גאז. עס ווערט גענוצט צו באלייכטן הייזער און געביידעס. דאס לעמפל איז אנדערש ווי א קאנווענציאנאל לעמפל וויבאלד עס נוצט א גרעסערן טייל פון דער ענערגיע וואס עס נעמט וועלכע איז א צענטל די ענערגיע מאס וואס א געווענליך לעמפל נוצט.
מיט דער אנגייענדיגער דעבאטע איבער גלאבאלן אנווארעמען איז געווען א צייט ווען מיליאנען מענטשן איינגעטוישט טייל פון זייערע לעמפלעך צו פֿלוארעסצירנדיקע לעמפלעך צו שפארן ענערגיע און טאן עפעס ממשות צו ראטעווען די סביבה.
א פֿלואָרעסצירנדיק לעמפל האט אין זיך דעם כעמיקאל פֿאספֿאר און איז צוזאמענגעשטעלט פון קוועקזילבער וועפארס. די פאספאר שטויבלעך וועלכע ליגן אינעם גלאזערנעם האלטער זענען באגלייט מיט א געוויסער גאז וואס מאכט די שטויבלעך זאלן זיך פארשפרייטן איבעראל.
די פאספאר שטויבלעך לייכטן שטארק אויף ווען זיי קומען אין געגנווארט מיט ראדיאציע, ווי אנטראווליאט ליכט, וועלכע פראדוצירט עלעקטראמאגנאטישע שטראלונג, אדער עלעקטראן ביעמס. די כעמיקאלן ווערן אבער נישט הייס ווייל עס איז נישט דא וואס זאל זיי מאכן הייס.
די פלארעסענט לאמפ איז שוין אויסגעטראפן געווארן איבער 400 יאר צוריק גענוי אויפ'ן זעלבן אופן ווי היינט. מען האט דאס אבער נישט געזען אין ערגעץ ווייל ווייניג מענטשן האבן זיך אין יענע צייטן געהאט עלעקטרישע פארבינדונגען. ערשט אין די יארן פון 1900 האט מען צוריק אנטוויקעלט די פלארעסענט לאמפ וועלכע געפינט זיך היינט אין אלע הייזער און אפיסעס.
פֿלוארעסצירנדיקע לעמפלעך האבן עטלעכע מעלות: ערשט ניצן זיי פיל ווייניגער ענערגיע, זיי ווערן נישט אזוי הייס און ברענען זיך נישט אזוי שנעל אויס.