פולא
|
פולאַ ([pǔːla]; לאטייניש: Colonia Pietas Iulia Pola Pollentia Herculanea; איטאליעניש: Pola; דײַטש: Polei, סלאוועניש: Pulj) איז די גרעסטע שטאט אין איסטריע קאנט, קראאטיע, פלאצירט ביים דרום שפיץ פונעם איסטריע האלבאינזל, מיט א באפעלקערונג פון 62,080 (2006). אזוי ווי דער גאנצער ראיאן, איז פולא באוואוסט פאר א צארטן קלימאט, א גלאטן ים און אומפארשטערטע נאטור. די שטאט האט א לאנגע טראדיציע פון מאכן וויין, פישעריי, בויען שיפן און טוריזם.
פולא איז דער אדמיניסטראטיווער צענטער נאך פון אוראלט רוימישע צייטן.
טראנספארט
רעדאַקטירןפולא פליפארט געפינט זיך צפון־מזרח פון דער שטאט; ער באדינט סיי אינלענדישע סיי אינטערנאציאנאלע פארצילן.
די באן פארט צפון פון פולא אין סלאוועניע, אבער די באן פארט נישט אין אנדערע שטעט אין קראאטיע.