פּויליש איז איינע פון פּנחס קאַגאַנאָוויטשעס (נאָוועמבער 1884 – יוני 1950) ערשטע ווערק צו ווערן פאַרעפנטלעכט. קאַגאַנאָוויטש, איז דער עיקר באַקאַנט אונטערן פּסעוודאָנים "דער נסתּר / ניסטער". זײַן קורצע באַשרײַבונג "פּויליש", וואס דערשײַנט אין ווילנער זשורנאַל "ליטעראַרישע מאָנאַטשריפֿטן" אין יאָר 1908, מאָלט אַ בילד פון אַ ספּעציפישער סאָרט ייִדישע חתונה טאַנץ וואָס מע רופט עס אָן אַ "כּשר-טאַנץ" אָדער אַ "מצווה-טאַנץ". דער נסתּר שרײַבט: "...ס'האַלט בײַ פּויליש" – מיינענדיק, אַז באַלד וועט זײַן אַ טאַנץ באַגלייט פון אַ מוזיקאַלישער מעלאָדיע מיט אַ ספּעציפישער ריטעם פון דעם סאָרט "פּאָלאָנעז" [Polonaise] – וואס דאָס רעכנט זיך פאַר אַ טראַדיציאָנעלער פּוילישער נאַציאָנאַלער פאָלקס-טאַנץ.‏[1]

ווײַזט זיך אַרויס, אַז דער מאַיעסטעטישער און פּאַמעלעכער ריטעם פונעם "פּאָלאָנעז" האָט גוט געפּאַסט פאַר די ייִדן, פאַר דער דאָזיקער חתונה טאַנץ (דער טראַדיציאָנעלער "כּשר-טאַנץ") וואו די משפּחה און געסט שטייען אַרום אין אַ ראָד און אין מיטן טאַנצט די כּלה מיט געוויסע בכּובדיקע מענער – אַ פאַטשיילע אין האַנט צווישן זיי, עס זאָל ניט זײַן קיין נגיעה – וואָס דאָס קען זײַן דער כּלהס טאַטע, אָדער אפילו אַ רב, און אין דעם נסתּרס באַשרײַבונג – אירס אַ זיידן.

וועגן נסתּרס באַשרײַבונג

רעדאַקטירן

נסתּרס באַשרײַבונג איז זייער אַ בילדערישע – און אין אַ סך ערטער – אפילו אַ פאַנטאַסטישע. ער דערציילט וועגן די אָנטיילנעמער און וועגן דער כּישופדיקער אַטמאָספערע וואָס ווערט געשאַפן אַ דאַנק דער ספּעציפישער צונויפגוס פון צווישן-דורותדיקער טאַנץ-שותּפות (דער אַלטער זיידע מיט דער יונגער כּלה) צוזאַמען מיט די מוזיק אַליין. אין זײַן דמיון, פאַרוואַנדלט ער דעם מאָמענט אפילו אין אַ בילד פון דער ווײַטער עבר – אַ מין פּאַסטאָראַלער בראשית-בילד, אַ כּמעט גן-עדן בילד, מיט אַ ליבע סצענע פון אַ בחור מיט אַ מיידל.

ער באַנוצט זיך מיט פאַרשיידענע סטאַנדאַרטע העברעיזמען (אפשר, מיידלש-צנואהדיק, מודה, ריחלעך,... ) – ווי עס פּאַסט פאַר אַ ייִדישער שרײַבער. דערפאַר, אָבער, אין דעם כּמעט לעצטן בילד – דער פאַרצײַטיקער בראשית-מאָמענט – שיט ער ממש מיט דעם, ווי עס וואָלט עפּעס געווען אַ געווירץ צו געבן מער טעם דעם ליטעראַרישן מאכל. למשל: "אייביקן עפּל-פעלד ("חקל תפּוחין")", אָדער "יענער זקן ("ההוא סבּא")".

די באַשרײַבונג גופא קען מען צעטיילן אויף 5 הויפּט טיילן, אין דעם פאָלגנדיקן סדר:

  1. וועגן דעם זיידן
  2. וועגן דער כּלה
  3. וועגן די מוזיקאַלישע כּלים
  4. אַן אַלעגאָריש בילד אין אַ פעלד פון אַ יונגן פּאסטעך מיט זײַן געליבטער
  5. צוריק צו דער חתונה

דער זיידע

רעדאַקטירן

דער זיידע ווערט געשילדערט ווי אַן אַלטער צדיק: "... די גרײַז-גרויע, הייליק-זויבערע באָרד וואָס... רוט רויִק אויפן ברוסט און לאָזט זיך אַראָפּ... ווי אַ האַנט פון א כּשרן עדות אויף אַ כּשר האַרץ אַרויפגעלייגט...", און ווײַטער, מיט ווערטער וואָס דערמאָנען אין הייליקייט, און טהורה: "...ווי אַן אַרויסגעוואַקסענע שטיק קדושה..." און "ציכטיקייט און ריינקייט" און "די ריינע האַנט". און כאָטש ער איז אַן אַלטער, ווערט ער געמאָלן מיט אייגנשאַפטן פון יוגנט, צי אפילו קינדערישקייט: "קינדערשן איבערנעמען זיך", "זײַן ריינע יוגנט", און זײַנע אויגן וואָס "... דערזעען עפּעס קינדערשעס-לאַכנדיקס". עס קען זײַן, אַז דאָ, אויף דער חתונה, פילט ער זיך ייִנגער, אָדער דערמאָנט זיך אין זײַן יוגנט, און דאָס פארייִנגערט אים.

די כּלה, דאַקעגן, הייבט ערשט אָן צו בליען: "אַ צאַרטע ליליע, וואָס האָט זיך נאָר וואָס אין אַ פאַרטאָג צום ערשטן מאָל געעפנט..." און כאָטש יונג – דאַרף זי גיך פאַרלאָזן איר קינדהייט און ווערן אַלט אָדער עלטער, מיטן ווערן א געהייראַטע דערוואקסענע יונג-פרוי. זי איז דערווײַלע "מיידלש-צנועהדיק", אָבער "... מיט איר פרום בושה-געלעכטערל איז זי פאַר אַלעמען אין די אויגן מודה, אַז זי ... ווייס..." – וואָס ווייסט זי? – אַז זי פאַרלאָזט איר יוגנט און גייט אַריבער צו אַ נײַ סאָרט לעבן: די וועלט פון דערוואַקסענע.

די מוזיק און די כּלי-זמר (אינסטרומענטן)

רעדאַקטירן

עס ווערן באַשריבן 4 מוזיקאַלישע אינסטרומענטן בײַ די כּליזמרים: אַ פלייט, אַ פידל, אַ קלאַרינעט, און אַ טרומייט. יעדער כּלי האָט זײַן פליכט און שאַפט די געהעריקע טיילן פון דער אַטמאָספער. יעדער כּלי ווערט מוזיקאַליש-בילדעריש געשילדערט בײַם נסתּר, מיט דעם פלייט בראש – דער פלייט וואָס פירט אָן און באַווײַזט דעם וועג: "... און געוועבט און געשפּרייט זײַדענע סטעזשקעס", און ווײַטער "...איבער אַ וואַלד געפירט" – אַלץ געפירט (3 מאָל ווערט דערמאָנט דאָס וואָרט "געפירט"), ביז "...האָט ער גן-עדן ריחלעך געבראַכט... מען איז אויף אַ גרענעץ פון א נײַער וועלט געקומען". אגב, טראַדיציאַנעל איז דער פלייט דער 'באַליבסטער' כּלי פונעם פּאַסטעך.

דערווײַלע שפּילן די אַנדערע כּלים און גלײַכצײַטיק פירן זיי אַרײַן אַזעלכע גלענצענדע אימאַזשן פון דעם נסתּרס דמיון: דער קלאַרנעט "...האָט וואַלד-פייגעלעך אָנגעטריבן". די פידל "...נאַרט די פייגעלעך אַראָפּ אין דער נידער...". דער טרומייט "... האָט אין יענער [גן-עדן] וועלט אַרײַן מודיע געווען... זאָלן זיך עפענען די טויערן!".

די פּאַסטאָראַלע ליבע סצענע

רעדאַקטירן

דער נסתּרס שעפערישע שטימונגס-שילדערונגען דערציילן ווי די מוזיק מיט די כּלים פירן אונדז אַרײַן אין "אייביקן עפּל-פעלד" וואו עפּעס אַ זקן ("יענער זקן" – אפשר מיינט ער דעם זיידן אין טאַנץ) "...דערציילט ... אַלטע, אַלטע גן-עדן מעשׂהלעך... פונעם "באַגלויבטן פּאַסטעכל" ... מיט זײַן שוועסטער-כּלה..." (דאָס קלינגען ווי רמזים צו אברהם אבינו און שׂרה אימנו). צוויי מאָל ווערט דערמאָנט "שוועסטער-כּלה", און כאָטש יעדער בחור וועט זאָגן אויף זײַן געליבטער "...דו, די שענסטע פון אַלע פרויען" – איז באַקאַנט אין דער ייִדישער טראַדיציע אַז שׂרה אימנו איז געווען באַרימט ווי אפשר די שענסטע פרוי אויף דער וועלט אין יענער צײַט.

צוריק צו דער חתונה

רעדאַקטירן

די מוזיק שפּילט ווײַטער, ביז אין א געוויסן מאָמענט, שרײַבט דער נסתּר: "די כּלה איז שטיין געבליבן... דער עולם איז צו זיך געקומען..." – דער כּישופדיקער סצענע האָט זיך איבערגעריסן, און אַלץ איז צוריק צו נאָרמאַל. כאָטש "זאָגן האָבן זיי געוואָלט: אַך, ווי הייליק! אַך, ווי הייליק!" – און די כּלה מיטן זיידן טאַנצן ווײַטער און צוביסלעך קומען אַרײַן אין טאַנץ-ראָד די באָבעס און מומעס מחותנים און משפּחה מיטגלידער און געסט – אַלע צוזאַמען אין פּאָרלעך "...כּשר-כּשר, ריין, ריין... און אַ פּאָרל פון דער זײַט טאַנצט און פּליעסקעט: ריין, ריין" (מע קען זיך פאָרשטעלן אַז דאָ טאַנצן טאַקע אויך דערוואַקסענע: אַ זכר מיט אַ נקבה, און דאָך) "...כּשר-כּשר".


אָפּקלאַנגען

רעדאַקטירן

פּעטערבורגער צײַטונג "פֿרײַנד"

רעדאַקטירן

אין זײַן אַרטיקל "אין דעם יאָר פֿון דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ", פון 14טן מערץ 2008, אויף דער פאָרווערטס וועבאָרט ‏[2] שרײַבט גענאַדי עסטרײַך אַז אין פּעטערבורגער צײַטונג "פֿרײַנד", פון דעם 2טן אַפּריל 1908 (20טן מאַרץ 1908 – לויטן רוסישן קאַלענדאַר פֿון יענער צײַט). איז דערשינען אַן אַרטיקל וואו עס ווערט דערמאָנט: ..."ווילנער ׳נסתּר׳ מיטן ׳פּויליש-טאַנץ׳", דאָס הייסט, צו דער נסתּרס פּובליקאַציע — איינער פֿון די ערשטע אין זײַן שרײַבערישן לעבן — אין ווילנער זשורנאַל "ליטעראַרישע מאָנאַטשריפֿטן". יענער אומבאַקאַנטער שרײַבער באַנוצט זיך מיט נסתּרס "פּויליש" ווי אַ בײַשפּיל פון דער ריכטיקטן צונויפפלעכטן ייִדיש מיט עברית אין דער ליטעראַטור. עסטרײַך מיינט אַז דאָס האָט שמואל ניגער אָנגעשריבן.

לייב נײַדוס, ווירטואָז פון דער ייִדישער פּאָעזיע

רעדאַקטירן

דער פרי-געשטאָרבענער לייב נײַדוס, באַקאַנט מיטן צונאָמען "ווירטואָז פון דער ייִדישער פּאָעזיע" איז, ווײַזט אויס, געווען אַ שטאַרקער נאָכהענגער פון דעם נסתּר און אים שטאַרק אָפּגעשאַצט. ער האָט אפילו אָנגעשריבן לכּבוד אים אַ ליד "נסתּרן". ביי נײַדוס – וואָס האָט אָנגעשריבן אַ סך אויסטערלישע פּאָעזיע פון מיטאָלאָגיע, פאַנטאַסטישע לעגענדעס און נאָך – געפינט מען אַ ליד וואָס הייסט "כּשר-טאַנץ" וואָס עס קען זײַן, אַז עס איז אַ דירעקטע אינספּיראַציע פון דעם נסתּרס "פּויליש" צוליב די פאַרשיידענע ענלעכקייטן אין אינהאַלט.

פאַרשיידנס

רעדאַקטירן

פּאָלאָנעז און פאַטשיילע אויך בײַ שאול טשערניכאָווסקי

רעדאַקטירן

אויף דעם וועבאָרט העלענס טאנץ בלאט‏[3] באַשרײַבט העלען ווינקלער וואָס דאָס איז אַ מצווה-טאַנץ. זי גיט אפילו אָן אַ צייכענונג אויף דעם וועבזײַטל, וואו מע זעט אַ כּלה טאַנצנדיק מיט אַ מאַן (דער זיידע? דער טאַטע?), מיט אַ קליינעם טיכל צווישן זיי – מסתּמה אַ פאַטשיילע. זי ציטירט אויך פון שאול טשערניכאָווסקיס "עלקעס חתונה" ווי עס האָט איבערגעגעבן צבי פרידבערג אין אַן אַרטיקל אין "Dance Research Journal 17/2 &18/1 (1985-86)" וואו עס ווערן דערמאָנט, סײַ "אַ ווײַסן טיכל" און סײַ דעם "פּאָלאָנעז" וואָס די מוזיקער שפּילן אויס ווי א באגלייטונג צום טאַנץ:

"But the musicians had finished the wedding feast, then the modest bride went into the tent and stood to dance the kosher-tants, and in her palm was a white handkerchief. Her shame covered her and she did not know where to hide. The musicians began with a polonaise and the Rabbi Rafael stood up and stepped with joy and neared the bride. He had her sit down and grabbed one end of the kerchief. He stepped slowly and with great thoughtfulness. The father of the groom also took slow, careful steps and revolved around her three times to everyone’s clapping. One by one all the honored men of the world all stepped carefully. This is the way they did it."

אונטערשייד צווישן מצווה-טאַנץ און כּשר-טאַנץ

רעדאַקטירן

אויף העלענס וועבאָרט זאָגט זי אויך אַז מרים שאַמער צונזער אונטערשיידט צווישן אַ כּשר-טאַנץ און אַ מצווה-טאַנץ. אַז בלויז די מצווה טאַנץ איז מיט דער כּלה.

פאַטשיילע צי גאַרטל צי לאַנגער פּאַס

רעדאַקטירן

אין נסתּרס באַשרײַבונג, פונקט ווי בײַ נײַדוסן, ווערט באַשריבן אַ "פאַטשיילע" (אַ קליין ווײַס טיכל בײַ טשערניכאָווסקין) ווי דאָס קליין טיכל וואָס טיילט אָפּ דעם זכר פון דער נקבה בעתן טאַנצן צוזאַמען – זיי זאָלן, חלילה, זיך ניט טשעפּען די הענט. אין די פאַרשיידענע אַרטיקלען און באַשרײַבונגען וועגן דעם טאַנץ, ווערט זעלטן דערמאָנט אַ פאַטשיילע, נאָר גיכער דעם חסידישן גאַרטל (אַן ערך אָנדערטהאַלבן-ביז-צוויי מעטער די לענג). מן הסתּם ווײַל חסידים זײַנען צווישן די איינציקע וואָס פירן נאָך אַדורך דעם דאָזיקן טראַדיציאָנעלן טאַנץ. אין בילדער און סצענעס וואָס מע קען הײַנט געפינען אויף יו-טיוב, למשל פון אַ טאנץ אויף אַ חתונה בײַ צאַנזער חסידים, איז דער גאַרטל נאָך לענגער געוואַקסן צו אַ פּאַס פון אַ 4-5 מעטער די לענג.‏[4] אין אַן אַנדער ווידעאָ, "חתונה תולדות אברהם יצחק" ‏[5] זעט דער פּאַס אויס צו זײַן כאָטש אַ 10 מעטער די לענג. אין ביידע פאַלן, בײַ די חסידים, שטייט די כּלה אַן איינציקע אַליין, אַרומגערינגלט פון הונדערטער חסידישע מענער. זי טאַנצט ניט – בלויז יענער וואָס האַלט דעם פּאַס.

זעט אויך

רעדאַקטירן


רעפערענצן

רעדאַקטירן