נסתרן
נסתּרן איז אַ ליד וואָס דער דיכטער לייב נײַדוס האָט אָנגעשריבן לכּבוד דעם שרײַבער פּנחס קאַגאַנאָוויטש וואָס איז דער עיקר באַקאַנט אונטערן פּסעוודאָנים "דער נסתּר / ניסטער". נײַדוס האָט 'נסתּרן' געהאַלטן פאַר אַ ברודער-שרײַבער.
נסתּרן - פון לייב נײַדוס
אין מאָנאָטאָנער פוילקייט אין דער וויסטער
פון קליינלעכע און גראָע עולם-הזה'ס
ביסטו אַ העלער בלומיקער אָאַזיס,
קאַפּריזער און אין-זיך-פאַרליבטער נסתּר!
דו ליבסט, ווי איך, דעם יונגן שיינעם עזות,
און די נאַטור און ווײַטע מצרים-פּריסטער...
איך ליב דײַן ווײַן – ווי האַסטיק-שטרוימיק פליסט ער
אין דײַנע שיינע אויסטערלישע וואַזעס!
האָסט אוצרות גאָלד, האָסט גאַנצע פּערל-טונען
אין פאָלקס-שפּראַך אין דער ייִדישער געפונען,
און ס'בליצט דער שײַן, און פריילעך אונדז באַגריסט ער!
איך ליב דיך – ווײַל דו לויכסט, מײַן שטאָלצער ברודער,
אַן איינציקער אין פּוסטן וועלט גערודער,
און ווײַל דו ביסט געווען און בלײַבסט אַ — נסתּר!
וועגן דיכטער
רעדאַקטירן- זעט דעם הויפּט אַרטיקל – לייב ניידוס
לייב נײַדוס איז געבוירן געוואָרן דעם 6טן אָקטאָבער, 1890, אין גראָדנע (פּוילישער ליטע), אין אַ ייִדיש-משכּילישן הויז און איז דאָרט ניפטר געוואָרן אין דעצעמבער, 1918, צו 28 יאָר. ער איז געווען באַקאַנט ווי דער ווירטואָז פון דער ייִדישער פּאָעזיע פאַר דער וואונדערלעכער שפּראַך-קענטעניש און ריטמען פון זײַנע לידער. נאָך מער, אָבער, איז זײַן נאָמען געווען פאַרבונדן מיט יוגנט קראַפט און פאַנטאַסטישע שילדערונגען פון וועלט-לעגענדעס און מיטאָלאָגיע (אַרײַנגערעכנט אַ סך לידער וואָס זײַנען געווען אין יענער צײַט קאָנטרעווערסיעל פאַר זייער אינהאַלט וועגן ליבע).
וועגן ליד
רעדאַקטירןנײַדוס איז געווען באַגײַסטערט פון דעם נסתּר, און אין 1915 אָנגעשריבן לכּבוד אים דאָס ליד "נסתּרן" (זײַט 405, אין דער זאַמלונג "ליריק" אַרויסגעגעבן אין 1926 אין וואַרשע, 8 יאר נאָך נײַדוסעס פּטירה). אין דעם ליד זינגט ער אַרויס לויב נסתּרן, און זאָגט "איך ליב דיך ... מײַן שטאָלצער ברודער".
השפּּּעות
רעדאַקטירןעס קען זײַן, אַז דער נסתּרס באַשרײַבונג "פּויליש" וועגן אַ כּשר-טאַנץ אויף אַ חתונה האָט דירעקט באַײַנפלוסט נײַדוסעס אייגענעם ליד "אַ כּשר-טאַנץ".