א כשר-טאנץ
אַ כּשר-טאַנץ איז א ליד וואָס דער דיכטער לייב נײַדוס האָט אָנגעשריבן וועגן אַ טראַדיציאָנעלער יידישער חתונה טאַנץ צווישן אַ כּלה און איר זיידן.
אַ כּשר-טאַנץ - פון לייב נײַדוס
רעדאַקטירןאַ כּשר-טאַנץ, אַ כּשר-טאַנץ !
דער זיידע מיט דער כּלה,
און רונד-אַרום אַ רײַכער קראַנץ
פון מחותּנים אַלע.
די כּלה ציט
מיט דראָבנע טריט
אין שטילן טאַנץ אין ליַיכטן,
און ס'לויכט דאָס גליק
בײַ איר אין בליק
אין גליקלעכן אין פײַכטן.
אַ כּשר-טאַנץ, אַ כּשר-טאַנץ !
ווי שטיל זיי טאַנצן ביידע.
עס פליסט פון באָרד אַ זילבער-גלאַנץ,
און גליקלעך איז דער זיידע.
ווי הייליק שײַנט
זײַן אַטלאַס הײַנט,
און ס'האַלט אַלץ גרינגער, גרינגער
די כּלה-שיין
דאָס טיכל קליין
מיט אירע צאַרטע פינגער.
אַ כּשר-טאַנץ, אַ כּשר-טאַנץ !
אָן אָנהייב און אָן ענדע.
די וועלט איז טויט, די וועלט איז גאַנץ
אַ וואָר און אַ לעגענדע.
די פידל גלעט,
די פידל רעדט,
פון האַרבסט און יונגע בליטן,
אַן ערשטער טאַנץ,
אַ לעצטער טאַנץ,
דאָס טיכעלע אין מיטן.
וועגן דיכטער
רעדאַקטירןלייב נײַדוס איז געבוירן געוואָרן דעם 6טן אָקטאָבער, 1890, אין גראָדנע (פּוילישער ליטע), אין אַ ייִדיש-משכּילישן הויז און איז דאָרט ניפטר געוואָרן אין דעצעמבער, 1918, צו 28 יאָר. ער איז געווען באַקאַנט ווי דער ווירטואָז פון דער ייִדישער פּאָעזיע פאַר דער וואונדערלעכער שפּראַך-קענטעניש און ריטמען פון זײַנע לידער. נאָך מער, אָבער, איז זײַן נאָמען געווען פאַרבונדן מיט יוגנט קראַפט און פאַנטאַסטישע שילדערונגען פון וועלט-לעגענדעס און מיטאָלאָגיע (אַרײַנגערעכנט אַ סך לידער וואָס זײַנען געווען אין יענער צײַט קאָנטרעווערסיעל פאַר זייער אינהאַלט וועגן ליבע).
וועגן ליד
רעדאַקטירןנײַדוס איז געווען באַגײַסטערט פון דעם שרײַבער פּנחס קאַגאַנאָוויטש וואָס איז דער עיקר באַקאַנט אונטערן פּסעוודאָנים "דער נסתּר / ניסטער". אין 1915 האָט נײַדוס אָנגעשריבן לכּבוד אים דאָס ליד "נסתּרן". עס קען זײַן, אַז נסתּרס באַשרײַבונג "פּויליש" וועגן אַ כּשר-טאַנץ אויף אַ חתונה האָט דירעקט באַײַנפלוסט נײַדוסעס אייגענעם ליד "אַ כּשר-טאַנץ" (קיין דאַטע פאַר דעם ווערט ניט אָנגעגעבן. עס ווערט פאַרעפנטלעכט אין "ליטווישע אַראַבעסקן, זײַטן 258-259, דערשינען אין וואַרשע, 1924, 6 יאָר נאָך זײַן פּטירה).
אין נײַדוסעס ליד געפינט מען אַ סך ענלעכקייטן צו דעם נסתּרס באַשרײַבונג "פּויליש". בײַ די דאָזיקע "כּשר-טענץ" איז נוהג פאַר די כּלות צו האַלטן עפּעס אַ טיכל, צי שטאָף – דאָ, פּונקט ווי אין "פּויליש" – אַ פאַטשיילע. נאך עטלעכע בײַשפּילן פון ענלעכקייטן וואָס מע געפינט סײַ בײַם נסתּר און סײַ בײַ נײַדוסן: דער רונדער קראַנץ פון מחותנים, די זילבער-גלאַנץ פון דעם גליקלעכן זיידנס באָרד. די הייליקייט אַרום דעם זיידן. דער עיקר, אָבער, זײַנען די עלעמענטן פון פאַנטאַסטישקייט וואָס ס'פירט אַרײַן די מוזיק:
אָן אָנהייב און אָן ענדע.
די וועלט איז טויט, די וועלט איז גאַנץ
אַ וואָר און אַ לעגענדע
בײַם נסתּר איז די פּאַסטאָראַלע בילד, אָבער, מער פרילינג-זומערדיקס, און ער באַשרײַבט די מוזיק פון 4 אינסטרומענטן.
בײַ נײַדוסן, דאַקעגן, האַרבסטיק, און ער רעדט וועגן בלויז איין אינסטרומענט – דאָס פידל:
די פידל גלעט,
די פידל רעדט,
פון האַרבסט און יונגע בליטן...