יוסף גרינוואלד

(אַריבערגעפֿירט פון פאפא רב)

רבי יוסף גרינוואלד (נפ' י"ג אב ה'תשמ"ד) איז געווען דער פאפא רב.

יוסף גרינוואלד
געבורט 1903 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 11 אויגוסט 1984 (אלט 81 בערך)
וועסטשעסטער קאונטי, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

ער איז געווען א תלמיד פון זיין גרויסן פעטער, רבי אליעזר דוד גרינוואלד זצ"ל, בעל "קרן לדוד", וועלכער איז געווען סאטמארער רב, און האט אבער נישט זוכה געווען צו קיין קינדער, דעריבער האט ער כמעט ווי אדאפטירט דעם פלימעניק, און אים געהאלטן ווי אן אייגן קינד, און האט אים אפילו חתונה געמאכט, מיט זיין ברודער הגה"ח ר' יעקב יחזקי' גרינוואלד'ס טאכטער, פון וועם זיי האבן געהאט 10 קינדער.

אין דער יוגנט איז ער געווען דיין אין דער שטאט סאטמאר. נאך דער פטירה פון זיין פאטער ר' יעקב יחזקי' גרינוואלד האט ער ממלא מקום געווען זיין פלאץ אין קהל עדת ישראל אין דער שטאט פאפא.

זיין ערשטע ווייב און קינדער זענען אלע אומגעקומען אינעם צווייטן וועלט קריג. נאך דער צווייטער וועלט מלחמה האט ער נאכאמאל חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון זיין משפחה הרה"ח ר' יששכר בערמאן וועבער ז"ל, אבער נאך פאר דעם האט ער אימערמידליך געארבעט אויף צו לעבן די עצמות יבשות און זארגן פיזיש און גייסטיש פאר די אומצאליגע יתומים מבני עירו. ער האט אויפגעשטעלט א ישיבה אין דער שטאט סאמבאטהעלי, אבער נאך א קורצער צייט איז געווען קלאר אז אונטער די קאמוניסטן וועט זיין שווער אדער גאר אוממעגליך אנצוהאלטן אידישקייט. האט ער אינאיינעם מיט זיין פאמיליע און ישיבה עמיגרירט קיין אנטווערפן, בעלגיע, וואו ער האט אנגעפירט מיט א ישיבה און א קהילה, ביז ער האט אין אנפאנג שנת תשי"א עמיגרירט קיין אמעריקע, און דארט איבער געפלאנצט זיין ישיבה, און געגרינדעט די קהילה קהלת יעקב פאפא, ווי אויך דאס פאפער חסידות, וועלכע האט זיך מיט די יארן פארגרעסערט און גאר שטארק צושפרייט איבער עטליכע שטעט אין ניו יארק, מאנטרעאל, ארה"ק און אייראפע. א יאר פאר זיין פטירה האט ער אויך געגרינדעט א ישוב "קרית פאפא" אינדרויסן פון שטאט ניו יארק, וואו ער האט באלד אריבער געפירט זיין ישיבה, און דארט איז ער אין ענדע אויך נטמן געווארן.

הגה"צ רבי יוסף איז געווען נשיא פון התאחדות הרבנים פון תש"מ ביז צו זיין פטירה.

ער איז געווען באוואוסט אלץ א גרויסער גאון און צדיק, און פון די פירער פון יהדות אמעריקע נאכ'ן וועלט קריג. ער האט ארויסגעגעבן דעם ספר ויחי יוסף על התורה, און שו"ת ויען יוסף. ער איז נפטר געווארן י"ג אב ה'תשד"מ.

זיינע קינדער זענען:

זיינע איידעמעס זענען: