עקיבא וויינגארטן (געבוירן ל' כסלו ה'תשמ"ה) איז דער רב פון דרעזדן אין דייטשלאנד און פון דער "מגוון" רעפארמער געמיינדע אין באזעל, שווייץ. ער האט געגרינדעט די ישיבת בעש"ט דרעזדן, א ישיבה פאר יונגע בחורים און מיידלעך וועלכע זיינען אפגעפארן פון דעם ארטאדרקסישן שטייגער.

עקיבא וויינגארטן
עקיבא וויינגארטן
עקיבא וויינגארטן
געבורט 23 דעצעמבער 1984 (אלט 39)
ל' כסלו ה'תשמ"ה
מאנסי, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טעטיקייט ארט דייטשלאנד
באלאנג אפגעפארענער, חסידים
אמטן רב פון מגוון געמיינדע באזעל, און ישיבת בעש"ט דרעזדן
rabbiweingarten.com
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

וויינגארטן איז געבוירן געווארן ל' כסלו תשמ"ד אין מאנסי, ניו יארק, צו זיין פאטער הרב יוסף וויינגארטן, דיין אין בית דין עזר המשפט אין מאנסי, און צו זיין מוטער מרת שרה גיטל, טאכטער פון הרב ישראל יצחק גאביוף. ער האט געלערנט אין סאטמאר חדר אין לייקוואד, ניו דזשערסי, אין ישיבת חיי תורה אין מאנסי, און שפעטער האט ער געלערנט אין דער מירער ישיבה אין ירושלים.

וויינגארטן איז געווען א שרייבער אין חרדישע וועבזייטלן. ער איז געווען א משמש אין "היכל בעש"ט" שול אין בני ברק.

אין דייטשלאנד

רעדאַקטירן

אין תשע"ד האט ער פארלאזט ארץ ישראל און איז געפארן קיין בערלין, בשעת ער האט שטודירט יודנטום אין דעם פאטסדאם אוניווערסיטעט האט ער געגרינדעט די קהילה "היכל בעש"ט בערלין". אין תשע"ט איז ער גערופן געווארן צו זיין רב פון דרעזדן און פון דער "מגוון" רעפארמער געמיינדע אין באזעל.