עמנואל (מנחם) קירשנער (תרי"ז - תרצ"ח) איז געווען חזן אין מינכן, בייערן, דייטשלאנד.

עמנואל קירשנער
קיין פריי בילד
געבורט 15 פעברואר 1857
פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 28 סעפטעמבער 1938 (אלט 81)
מינכן, נאצי דייטשלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך חזנות, קאמפאזיטאר, זינגער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

קירשנער איז געבוירן אין ראקיטניץ, אויבער־שלעזיע אין א משפחה פון בעקערס. אין תרל"ד איז ער אריין אין דעם סעמינאר אין בערלין, וואו ער האט שטודירט צוויי און א האלב יאר. ער האט חתונה געהאט אין תרמ"ד.

אין תרל"ט האט מען אים אויפגענומען אלס חזן שני אין דער אראניערבורגערגאס שול. שפעטער איז ער געווארן חזן אין דער הויפט שול אין מינכן.

זיין טויט איז געווען ספעציעל טראגיש, ווען מען האט פארטריבן די אידן פון זייער ביהכ"נ צוליב וואס אין שכנות איז געווען א באגרעבעניג פון די נאציס, און אינמיטן זינגען זיין לעצטן געזאנג האט ער פון גרויס צער און פארדרוס באקומען א הארץ אטאקע רח"ל און איז נפטר געווארן אויפן פלאץ.

רעפערענצן

רעדאַקטירן

וועבלינקען

רעדאַקטירן