ספר החינוך
דאס ספר הַחינוך איז א ספר וואס באשרייבט אלע תרי"ג מצוות פון דער תורה לויטן חשבון פונעם מחבר. דער ספר חינוך ברענגט פאר יעדער מצווה דער טעם פון דער מצווה און אירע דינים. בדרך כלל פאלגט דער חינוך די צאל פון מצוות פונעם רמב"ם.
ברייט באקאנט איז דער ספר "מנחת חינוך" וואס איז באזירט אויפן ספר החינוך.
דאס ספר החינוך איז געשריבן געווארן אין אנהייב פונעם אלף השישי, נאך דער פטירה פונעם רמב"ן אין ה'ל"ד און פאר דער פטירה פונעם רשב"א אין ה'ע.