ספינקס
דער ספֿינקס (פון אוראלט גריכיש: σφίγξ; "דערשטיקן") איז א מיטאלאגישער מאנסטער צונויפגעשטעלט פון א לייב מיט א קאפ פון א מענטש (זעט די בילד).
ביי די גריכישע מיטאלאגיע איז ער געזעצן ביים טויער פון דער שטאט טעביי און האט געפרעגט יעדער דורכגייהער א רעטעניש: "וואס פאר א באשעפעניש גייט אויף פיר פיס אין דער פרי, צוויי פיס ביי טאג און דריי פיס אין אוונט?" אויב דער דורכגייער האט נישט געוווסט די ענטפער, האט אים דער מאנסטער פארשטיקט גערן.
ביי די געשיכטע פן עדיפוס, איז עדיפוס געווען דער ערשטער וואס האט געוווסט דעם ענטפער אויף דעם רעטעניש (אז דאס איז א קינד), און דער מאנסטער האט זיך דאן אראפגעווארפן פון דער מויער צום טויט. נאך דעם האבן די שטאט טעביי אים באקרוינט אלס זייער קעניג.