סידור בעש"ט
דאס סידור בעש"ט איז א סידור אין כתב־יד פון וואס דער בעל שם טוב האט געדאווענט. און דערין אריינגעשריבן פארשידענע הזכרות.
דאס סידור ליגט אין דער ליובאוויטשער ביבליאטעק אין 770 פארשפארט, צוליב וואנדערנישן וואס די צייטן האבן געברענגט. די סקווערער חסידים טענה'ן אז עס געהערט היינט צוטאגס פארן סקווערער רבי'ן. ווי באקאנט האט רבי יצחק מסקווירא גע'ירשנ'ט פון זיין שווער ר' צבי הערש מסקווירא, עטליכע חפצי ירושה פונעם הייליגן בעל שם טוב, זייענדיג פון די נענסטע יורשים.
צווישן די ירושה איז געווען עטליכע תשמישי קודש, ווי למשל דעם בעש"ט'ס ספר תורה, וואס ליגט היינט צוטאגס ביים מאכניווקער רבי שליט"א אין ב"ב, ווי ער האט דאס באקומען בירושה פון זיין עלטער פעטער דער פריערדיגע מאכניווקער רבי, וואס איז פון די נאנטע סקווערע אייניקלעך, יורשי הבעש"ט.
אויך דעם סידור וואס דער בעשה"ק פלעגט דאווענען דערין, איז געווען בירושה געליגן אינעם סקווערן הויף אין אוקרייאינה. צוליב די שווערע צייטן, איז דאס - און נאך אנדערע חפצי קודש - אנגעקומען צו איינער א גרויסער נגיד - ר' איטשע ליפסאן א אייניקל פונעם דגל און א סקווערע מקורב, וואס ער, ווערנדיג א יורד, האט דאס שפעטער פארקויפט פארן מהרש"ב פון ליובאוויטש, פארן סכום פון אכציג טויזענט רובעל, א ריזן סומע אין יענע טעג, און דאס מכירה איז געווען בתנאי כפול, אז ווען עס וועט קומען איינע פון די יורשים פונעם סקווערן הויף, זאל מען עס צוריק פארקויפן אן באדינג צו זיי.
עס איז אנגעקומען צו דער מהריי"ץ מליובאוויטש און נאכדעם צו זיין איידעם ר' מנחם מענדל מליובאוויטש האט דאס שפעטער געהאט. וויבאלד ביידע הויפן, סקווירא און ליובאוויטש, האבן זיך געפירט נישט צופארן צו אנדערע רבי'ס, איז עס אזוי געבליבן פאר לאנגע יארן, און אפילו שפעטער ווען דער אלטע סקווערע רבי האט געטוישט זיין מנהג, מפני השלום, ווען ער האט נישט געוואלט מאכן קיין עסק, און געגאנגען באזוכען דעם סאטמארן רב מהר"י ט"ב, אזוי ארום איז ער שוין געגאנגען צו אנדערע רבי'ס אויכעט. - אבער ווידער ווייל ער האט נישט געוואלט מאכן קיין גערודער, האט ער נישט געוואלט גיין אפנעמען די סידור פון ליובאוויטש, וויסנדיג אז זיי וואלטן עס באמת זייער אליין געוואלט האלטן בזכי'.
אגב, דער ר' איטשע ליפסאן, האט געהאט א פאר תפילין וואס האט אנגעהערט צום הייליגן דגל מחנה אפרים, וואס ער איז געווען א אייניקל זיינע, האט ער דאס אוועקגעשאנקן פארן סקווערער רבי ר' יעקב יוסף טווערסקי זצוק"ל. אט די תפילין איז געווען גאר גאר א גרויסע חשיבות, זייענדיג פון די אויסגערימטע סופר ר' אפרים סופר, וואס דער הייליגער בעל שם האט גענוצט זיין ארבעט, און אזוי נאך עהם אלע אייניקלעך פון בעל שם, ביזן צווייטן וועלטס קריג, האבן גענוצט נאר די תפילין וואס איז געשריבן אדער דורך ר' צבי דער סופר פונעם בעל שם, אדער ר' אפרים וואס זיינע תפילין איז וואונדערליך געשריבן געווארן אז עס ווערט קיינמאל נישט אלט, און קוקט אויס ביזן היינטיגן טאג ווי ממש נעכטן געשריבן.
אין יאר תשנ"א, ווען ר' אהרן מנחם מענדל טווערסקי האט בשליחות פונעם פאטער מנחם אבל געווען דעם ליובאוויטשער רבי, נאכן פטירה פון זיין רעבעצין, האט דער ליובאוויטשער רבי אהין געוויזן דעם שליסל פונעם אוצר ווי די סידור ליגט, און ווי ר' אהרן מענדל האט באקומען א באפעל פון פאטער, אז ווילאנג ער וועט עס אים נישט איבערגעבן אין האנט אריין, זאל ער עס נישט נעמען.
און מיט דעם איז עס געבליבן דארט אין אוצר ספריית חב"ד אין 770 קרוינהייטס.