סטענלי פישער
פראפעסאר סטענלי פישער (שם קודש: שלמה כהן בן פסח הכהן; ענגליש: Stanley Fischer; געב' דעם 15טן אקטאבער 1943) איז א ישראלדיק-אמעריקאנער עקאנאמיסט, וואס האט געדינט ווי אנפירער פונעם באנק פון ישראל אין די יארן 2005–2013. היינט האלט ער ביי ווערן אונטער־פארזיצער פונעם פעדעראלן רעזערוו. פישער ווערט גערעכנט אן אנזיכטיקער רעפרעזאנטיוו פון דער מאנעטאריסטישער לערע אין מאקרא-עקאנאמיק, און האט געשריבן א סך ביכער און ארטיקלען אויף דעם סוביעקט.
געבורט |
15 אקטאבער 1943 (אלט 81) זאמביע |
---|---|
מדינה | ישראל, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
לערנארט |
לאנדאנער שולע פון עקאנאמיק לאנדאנער שולע פון עקאנאמיק מאסאטשוסעטס אינסטיטוט פון טעכנאלאגיע |
פאך | עקאנאמיסט, פעדאגאג, שרייבער, פראפעסאר, באנקיר |
אונטערשריפט | |
ביאגראפיע
רעדאַקטירןפישער איז געבוירן געווארן צו א יידישער משפחה אין מאזאבוקע, צפון ראדעזיע (היינט זאמביע). ער האט געלערנט אין גימנאזיע אין דרום ראדעזיע (היינט זימבאבווע) און האט זיך אויסגעצייכנט אן פיזיק, מאטעמאטיק און כעמיע, אבער א פריינט פון דער משפחה האט אים געוואנדן צום געביט פון עקאנאמיק. ער האט שטודירט פאר אן ערשטן דיפלאם אין עקאנאמיק אין דער לאנדאנער שולע פון עקאנאמיק (LSE), אין די יארן 1962 ביז 1965. נאכהער איז ער געגאנגען ארבעטן א שטיק צייט אין ישראל, און ער איז צוריקגעמון קיין לאנדאן צו מאכן אן אייניעריקן דיפלאם פון 1965 ביז 1966. ער האט געמאכט זיין דאקטאראט אין עקאנאמיק אינעם מאסאטשוסעטס אינסטיטוט פון טעכנאלאגיע (MIT), אין 1969.
ער האט געהייראט ראדא קיט, און זיי האבן דריי קינדער.
אקאדעמישע קאריערע
רעדאַקטירןפישער האט געדינט ווי א לעקטאר (Assistant Professor) פאר עקאנאמיק אינעם אוניווערסיטעט פון שיקאגא ביז 1973, און פון דעמאלסט איז ער געווען פראפעסאר אין דעם דעפארטמענט פון עקאנאמיק אינעם מאסאטשוסעטס אינסטיטוט פון טעכנאלאגיע. פראפ' פישער איז אויך א גאסט לעקטאר אינעם העברעאישן אוניווערסיטעט אין ירושלים און אינעם הואווער אנשטאלט אין סטאנפארד.
באנקירן
רעדאַקטירןדעם 1טן מיי 2005 האט מען באשטימט פישער דעם אנפירער פון דער באנק פון ישראל. מיי 2011 האט זיך פישער קאנדידירט פארן אמט פון פארזיצער פונעם אינטערנאציאנאלן געלטפאנד, אבער ער איז געווארן דיסקוואליפיצירט צוליב זיין עלטער (א קאנדידאט טאר נישט זיין עלטער ווי 65, פישער איז אבער געווען אלט דעמאלסט 67).
וועבלינקען
רעדאַקטירן- ynet, פישער: הדרך מרודזיה לישראל, ביי ynet, 29סטן אפריל 2005 (אויף העברעיש)
- Olivier Blanchard, Interview of Stanley Fischer (ארכיווירט 14.04.2009 ביי דער Wayback Machine), מיי 2004 (אויף ענגליש)
- הדף של פישער כולל ביוגרפיה מלאה ורשימת פרסומים באתר IIE
- מוסטער:הערוץ האקדמי
- מוסטער:כלכליסט
- מוסטער:כלכליסט
- גיא רולניק, שרון שפורר, פישער: התפקיד שלנו הוא לא לתת לשליטת המשפחות במשק לצאת משליטה, ביי TheMarker, 15טן יאנואר 2010
- צבי לביא, פישער המהפכן - מנצח ללא כלי מלחמה, ביי ynet, 20סטן מערץ 2010 (אויף העברעיש)
- מוסטער:ישראל היום
- איתן אבריאל, 100 המשפיעים 2012 // מקום שלישי: סטנלי פישער, ביי TheMarker, 4טן סעפטעמבער 2012
- סמי פרץ, איתן אבריאל, "הייתי רוצה שייבנו יותר דירות בישראל - אבל לא יותר מדי", ביי TheMarker, 16טן סעפטעמבער 2012
- מוסטער:Nrg
סבר פלוצקר, הנגיד שאין לו תחליף, ביי ynet, 30סטן יאנואר 2013 (אויף העברעיש)
- חגי עמית, חמש שאלות לסטנלי פישער, ביי TheMarker, 1טן פעברואר 2013