סטאטיסטיק

(אַריבערגעפֿירט פון סטאַטיסטיק)

צו מיינט איר װיקיפּעדיע:סטאטיסטיק?

סטאַטיסטיק איז א װיסנשאַפֿט וואס נעמט צוזאם אינפארמאציע מיט מאָסן אין נומערן. סטאַטיסטיק איז געבױט אױף דער טעאָריע פֿון משמעותדיקײַט און פֿיל מאָל אױף פּראַקטישע השערות.

למשל אין רפֿואה, אױב מ'װיל בודק זײַן עפּעס אַ מעדיצין צו ס'האָט אַן עפֿעקט. נעמט מען למשל טױזנט קראַנקע, העלפט פֿון זײ באַקומען די מעדיצין און די צװײטע העלפֿט נישט. נאַכער זעט מען װיפֿל זײנען געװאָרן געזונט פֿון בײדע העלפֿטן, און לױט דעם װײסט מען בעסער צי די מעדיצין שטימט.

באַשרײַבנדיקע סטאַטיסטיק

רעדאַקטירן
  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – באשרייבנדיקע סטאטיסטיק

באַשרײַבנדיקע סטאַטיסטיק איז אַ צװײַג אין סטאַטיסטיק װעלכע באַשעפֿטיקט זיך מיט שאַפֿן און פֿאַרגלײַכן מאָסן. דער ציל איז צו באַשרײַבן דאַטן אױף אַ קורצן און לײַכטן אױפֿן, למשל אין טאַבעלעס, גראַפֿן אָדער מאָסן.

ארויסדרינגענדיקע סטאטיסטיק

רעדאַקטירן

ארויסדרינגענדיקע סטאטיסטיק ניצט סטאטיסטיק פאראויסזאגן פארשידענע אויסקומען לויט זייער משמעותדיקייט.

וועבלינקען

רעדאַקטירן