רבי נפתלי צבי רובין זצ"ל (ה'תר"ח - ה'תר"ס), רבי אין ראדיכאוו.

אפשטאם רעדאַקטירן

רבי נפתלי צבי איז געבוירן אין יאר ה'תר"ח (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב יצחק רובין, פון בראד, באקאנט אלס רבי איציקל בראדער, א זון פון הרב אלימלך רובין רב אין סאקאלאוו, א זון פון הרב אשר ישעיה רובין, רב אין ראפשיץ, באקאנט אלס דער רבי ר' אשר'ל. און צו זיין מוטער מרת איידיל א טאכטער פון הרב שלום רוקח דער שר שלום פון בעלזא.

רבנות רעדאַקטירן

רבי נפתלי צבי איז געווען רבי אין ראדיכאוו.

הסתלקות רעדאַקטירן

רבי נפתלי צבי איז נפטר געווארן אין יאר ה'תר"ס (אומגעפער) .

פאמיליע רעדאַקטירן

רבי נפתלי צבי האט געהייראט מרת תמר א טאכטער פון הרב אריה לייביש נייהויז פון טאמאשאוו. זייערע קינדער:

  • הרב אריה לייביש רובין, ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב פנחס האבנשטרייט, ראב"ד אין פשעמישל.
  • הרב יצחק רובין הי"ד, פון קשאנאוו.
  • הרב נפתלי צבי רובין הי"ד.
  • הרב צבי הירש רובין פון ניו יארק.
  • הרב ישראל רובין הי"ד.
  • הרב שלום רובין הי"ד.
  • מרת תמר הי"ד.
  • מרת פעשע די ווייב פון הרב מנחם מענדל האגער.
  • מרת איידל הי"ד.
  • מרת רבקה העניא די ווייב פון הרב נחמיה פרלוב, פון קואידינאוו.

רעפערענצן רעדאַקטירן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר