נפתלי האלבערשטאם (רודניק)

רבי נפתלי האלבערשטאם זצ"ל (נפטר ו' אלול ה'תרפ"א), רב פון רודניק.

אפשטאםרעדאַקטירן

רבי נפתלי איז געבוירן צו זיין פאטער הרב צבי הירש האלבערשטאם, רב אין רודניק, א זון פון הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב ישראל הורוויץ, רב אין בארניוו, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ, דער דזשיקאווער רב, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב.

הסתלקותרעדאַקטירן

רבי נפתלי איז נפטר געווארן ו' אלול ה'תרפ"א.

פאמיליערעדאַקטירן

רבי נפתלי האט געהייראט מרת חנה א טאכטער פון הרב ישעיה צבי העללער, רב אין פראמפאהל, א זון פון הרב אהרן נתן העללער, רב אין פראמפאהל און קרעשאוו, אן אייניקל פון דעם ברוך טעם. זייערע קינדער:

  • מרת חיה רחל די ווייב פון הרב אליעזר ליפא זילבערמאן, רבי אין ראצפערט, א זון פון הרב משה זילבערמאן, רבי אין ראצפערט. זייערע קידער:
    • מרת ברכה, די ווייב בזיווג ראשון פון הרב אברהם דוד הורוויץ, רב אין שטראסבורג, נאכהער אין עדה החרדית אין ירושלים, זי איז אומגעקומען אויף קידוש השם מיט אירע פינף קינדער, הי"ד.
    • מרת בריינדל, די ווייב פון הרב ברוך אברהם ליפשיץ, אן אייניקל פון שינאווער רב, הי"ד.
    • מרת הדס ביילא די ווייב פון הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם אן אייניקל פון רבי משה'לע שינאווער, הי"ד.
    • הרב צבי הי"ד.
    • מרת פריידא די ווייב פון הרב חיים בערגער רב אין מישקאלץ
    • הרב משה זילבערמאן פון וויליאמסבורג, (דער פאטער פון הרב ליפא זילבערמאן)

רעפערענצןרעדאַקטירן

  • לפיד אש
  • דברי ברוך - ברוך שאמר, הרב ליפא זילברמאן, ה'תשנ"ט
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר