נייפונדלאנד און לאבראדאר
נייפונדלאַנד און לאַבראַדאר (ענגליש: Newfoundland and Labrador) איז א פראווינץ פון קאנאדע אויפן מזרח בארטן, ביים אטלאנטישן אקעאן. די הויפטשטאט פון נייפונדלאנד און לאבראדאר איז סט זשאנס. אין 2001, האבן געוואוינט אין נייפונדלאנד און לאבראדאר 533,800 מענטשן.
נייפונדלאנד איז אן אינזל, און לאבראדאר איז אויף דער יבשה פון קאנאדע, מיט א גרענעץ צו קוועבעק.
דער פראווינץ פון נייפונדלאנד און לאבראדאר האט געהייסן לכתחילה נייפונדלאנד און האט זיך באהאפטן צו קאנאדע אין 1949, אלס דער צענטער פראווינץ. פריער איז ער געווען א קאלאניע פונעם פאראייניגטן קעניגרייך.
אין נייפונדלאנד איז פארהאנען א שטעטל גאנדער, וואס האט א היבש ביסל היסטאריע מיט זיך אין די לעצט-פריערדיגע יארן.
קאנאדישע טעריטאריעס און פראווינצן | |||
---|---|---|---|
פראווינצן: בריטישע קאלומביע · אלבערטא · סאסקאטשעווען · מאניטאבא · אנטעריא · קוויבעק · ניו בראנזוויק · נאווע סקאשע · פרינץ עדווארד איילענד · נייפונדלאנד און לאבראדאר
|
|