נחום לאם
רבי דר. נחום (נארמאן) לאם (געבוירן דעם 19טן דעצעמבער, 1927 אין ברוקלין, ניו יארק, פאראייניגט שטאטן) איז א שטארק אנערקענטער אמעריקאנער מאדערן ארטאדאקס רב, תלמיד חכם, מחבר ספרים, און קהילה פירער. ער איז יעצט דער קאַנצלער פון ישיבה אוניווערסיטעט.
געבורט |
19 דעצעמבער 1927 ברוקלין, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
---|---|
טויט |
31 מאי 2020 (אלט 92) פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
אַמט | ראש ישיבה |
ער האט א דאקטאראט טיטל אין יידישער פילאסאפיע און איז דער דריטער פרעזידענט פון ישיבה אוניווערסיטעט, דער ערשטער וואס איז געבוירן געווארן אין די פאראייניגטע שטאטן. ער איז א תלמיד פון רבי יוסף דוב סאלאווייטשיק (דער "פאטער" פון אמעריקאנישער מאדערנער ארטאדאקסיע), וואס האט אים געגעבן סמיכה אין ישיבת רבינו יצחק אלחנן (ריאט"ס) אין 1951.
אקעגין אים איז געווען שארפע קריטיק פון די רבני מועצת גדולי התורה און הגאון רבי אליה שוויי ראש ישיבה אין פילאדעלפיע האט אים אנגערופן ביי א אגודה קאנוועטשאן "שונא השם", ווי אויך האט זיין רבי הרב אברהם פאם ראש ישיבת תורה ודעת אים נישט צוריק געגעבן די האנט זייענדיג ברוגז אויף זיין מאדערנע השקפות, וואס דאס האט זייער געבאדערט זייענדיג שטארק מחשיב הרב פאם,
ספרים
רעדאַקטירןאין 1971 האט לאם געשריבן "אמונה אין ספק: מחקרים אין טראדיציאנאלע אידישע מחשבה" (ענגליש). א צווייטע מהדורה איז ארויסגעקומען אין 1986 און א דריטע אין 2006.
אין די 1980ערס האט לאם ארויסגעגבן "תורה ומדע", א העפטיגע דעפענסיע פון די תורה ומדע השקפה.
אין 1999 האט לאם געשריבן "די רעליגיעזע מחשבה פון חסידים".
אין 2000 האט לאם געשריבן "ספירוטעאליזם און הלכה אין יידישקייט".