משה קולבאק
משה קולבאַק (1896, סמאָרגאָן, ווילנער גובערניע, רוסלענדישער אימפּעריע, איצט בעלארוס – 1937, מינסק) איז געווען אַ ייִדישער דיכטער, ראָמאַניסט, דראַמאַטורג.
געבורט |
20 מערץ 1896 סמארגאן, Q279583, רוסלענדישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
29 אקטאבער 1937 (אלט 41) מינסק, סאוועטן פארבאנד |
מדינה | רוסלענדישע אימפעריע, סאוועטן פארבאנד |
פאך | דיכטער, איבערזעצער, דראמאטורג, שרייבער |
לעבנס-געשיכטע
רעדאַקטירןמשה קולבאַק האָט זיך געלערנט אין אַ ייִדיש-רוסישער קאַזיאָנע שולע, באַזוכנטיק אין אָוונט אַ חדר-מתוקן. דערנאָך האָט ער זיך געלערנט אין ישיבות פון סווענטשאַן, וואָלאָזשין און מיר. בעת דער ערשטער וועלט-מלחמה האָט משה קולבאַק געאַרבעט ווי אַ לערער אין אַ ייִדישן יתומים-הויז אין קאָוונע. אין דעם פּעריִאָד – אין 1916 האָט ער דעביוטירט אַלס דיכטער מיטן ליד "שטערנדל". אין 1918 האָט ער געוואוינט אין מינסק, אין 1919 – אין ווילנע, אין 1920 – 1923 – אין בערלין. זינט 1923 ביז 1928 האָט משה קולבאַק געלעבט אין ווילנע, געאַרבעט אין ייִדישע גימנאַזיעס און אינעם לערער-סעמינאַר. אין 1927 האָט מען אים אויסדערוויילט אַלס פאָרזיצער פונעם אלוועלטלעכן ייִדישן פּען-קלוב. אין 1928 איז משה קולבאַק אַריבערגעפאָרן פון ווילנע, וועלכע איז דעמלט געווען אין באַשטאַנד פון פּוילן, קיין ראַטנפאַרבאנד און זיך באַזעצט אין מינסק. אין 1937 איז משה קולבאַק אַרעסטירט געוואָרן דורך נ.ק.וו.ד., באַשולדיקט אין ייִדישער נאַציִאָנאַליסטישער טעטיקייט און דערשאָסן געוואָרן.
זײַנע ביכער
רעדאַקטירן- שירים, ווילנע, 1920
- די שטאָט. פּאָעמע, ווילנע 1920
- דער ווינט, וואָס איז געווען אין כעס, ווילנע, 1921
- "נייע לידער", וואַרשע, 1922
- לידער, בערלין, 1922
- רײַסן. פּאָעמע, בערלין, 1922
- יעקב פראַנק. דראַמע, בערלין, 1922
- משיח בן אפרים. ראָמאַן, ווילנע, 1924
- מאָנטיק. ראָמאַן, וואַרשע, 1926
- בוניע און בערע. הומאָריסטישע פּאָעמע, ווילנע, 1927
- משיח בן אפרים; מאָנטאָג, ווילנע, 1929
- אַלע ווערק, ווילנע, 1929
- דיסנער טשײַלד האַראָלד, פּאָעמע-סאַטירע, מינסק, 1933
- בויטרע גזלן. דראַמאַטישע פּאָעמע, מינסק, 1936
- בנימין מגידאָוו. פּיעסע, מינסק, 1937
- משיח בן אפרים; מאָנטאָג, בוענאָס-אײַרעס, 1950
- געקליבענע ווערק, ניו-יאָרק, 1953
- אויסגעקליבענע שריפטן, בוענאָס-אײַרעס, תשל"ו
- גוט איז דער מענטש. געקליבענע לידער און פּאָעמעס, מאָסקווע, 1979