מר בריה דרבינא איז געווען באקאנט אין די צייטן פון די אמוראים אלס א גרויסער חסיד און צדיק. ער פלעגט אסאך פאסטן, כמעט א גאנץ יאר, אפילו יום טוב (מרדכי), חוץ פורים, און שבועות. (פסחים סח)

ער איז געווען א תלמיד פון רב נחמן[1] און רב ששת.‏[2]

די גמרא פארציילט אז איינמאל ווען ער האט געמאכט א חתונה פאר זיין זון, זענען די חכמים געווען זייער פרייליך, מען האט געטאנצט לעבעדיג, האט ער גענומען טייערע קריסטאל, ווייסע גלאז און האט עס צובראכן אויף דער ערד, האט זיך יעדער דערשראקן אזא טייערע זאך האט זיך צובראכן, האט ער געזאגט דאס איז א סימן מען זאל זיך דערמאנען מען גייט אמאל שטארבן, מען זאל נישט זיין זייער שטארק ווילד.‏[3]

די גמרא זאגט ״וירא שמים יוצא ידי כולם״, איינער וואס איז גאר פרום איז יוצא יעדער, דאס גייט ארויף אויף מר בריה דרבינא (ברכות דל"ט שבת דס"א).

עס איז דא אזא נוסח אין גמרא לאו מר בריה דרבינא חתים עליה (יבמות דכ"ב), דאס הייסט די זאך איז נישט הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן, מר בריה דרבינא וואלט ווען נישט גע'חתמ'ט דערויף, ווייל א זאך וואס ער האט דערויף געשריבן איז זיכער גוט.

עס ווערט אויסגערעכנט עטליכע ניסים וואס איז געשען צו אים, איינמאל איז ער געווען זייער דורשטריק איז אים באשאפן געווארן א קוואל וואסער און האט געטרונקען דערפון, איינמאל איז אים נאכגעלאפען א צו ווילדעוועטער אייזל און איז ניצול געווארן. (ברכות נ"ד ע"א)

ער איז געווען א גרויסער איסטניס, און אסאך זאכן האבן אים געשטערט, האט אים זיין מאמע געמאכט זיבן ערליי קליידער, יעדען טאג פון דער וואך זאל ער אנטון א ניי קלייד, עס זאל נישט ווערן שמוציג און קריכן דערין לייז.‏[4]

די גמרא ברענגט דעם נוסח פון דער תפילה וואס ער פלעג זאגן נאך שמונה עשרה, וואס האט זיך געפינען אן ארט אין סידור ביזן היינטיקן טאג.‏[5]

רעפערענצן

רעדאַקטירן