רב ששת
רב ששת איז געווען אן אמורא. ער איז געווען א תלמיד פון רב הונא,
א חבר פון רב חסדא. זיינע חברים זענען אויך געווען ר' נחמן (תוס' גיטין לב.) און רב יוסף (תוס' חולין קד:). ר' אבא בר כהן, ר' אבא בר זבדא.
א סגי נהור
רעדאַקטירןער איז געווען א סגי נהור איינער וואס זעהט נישט. די גמרא פארציילט (ברכות נח.) אז אפילו ער האט נישט געזהן האט ער מיט זיין קלוגשאפט פארשטנענען ווען דער מלך קומט אהן, ער האט דערמיט באזיגט א מין וואס האט אפ'גע'חוזק'ט פון איהם.
ער פלעגט זיך שטארק פארטיפען אין זיך מפלפל זיין אין בית המדרש פון רב הונא, עס איז געווען אזוי פיל דער בית המדרש אז ער האט נישט געקענט קיין אין בית הכבוד ווען ער האט געדארפט ביז ער איז דערפון געווארן קראנק (יבמות).
זיין גרויס התמדה
רעדאַקטירןרב ששת איז געווען א סיני א גרויסע מתמיד און האט אסאך געקענט (סוטה), מיט גרויס התמדה האט ער יעדע דרייסיג טעג איבערגעלערנט אלעס וואס ער האט געוואסט און האט געזאגט: חדאי נפשאי, פריי זיך מיין זעהל (פסחים סח.) עס שטייט אין תשו' חוות יאיר אז לויט די גמרא (מנחות צח:) זעהן מען אז חוץ דעם וואס ער איז געווען א סיני איז ער אויך געווען א חריף, נאר עס האט זיך מער אויסגעצייכנט מיט זיין בקיאות ווי זיין חריפות.
די גמרא זאגט הלכה כרב ששת באיסורי ביי הלכות פון איסורים בלייבט די הלכה ווי איהם. אויך זאגט די גמרא (עירובין מ' ע"א) ווען ר' ששת קריגט זיך מיט זיין חבר רב חסדא בלייבט די הלכה פון רב ששת.
די גמרא זאגט אויף איהם ער איז א אדם קשה כברזל א מענטש שטארק ווי אייזן, זאגט רש"י ער איז שארף צו פסק'נען שאלות (מנחות צה).
רב ששת ווערט געלויבט אין דער גמרא (שבת קיח ע"ב) תיתי לי דקיימתי מצות תפילין, ער האט זיך אויסגעצייכנט אין די מצות פון תפילין. די גמרא זאגט אויך ער איז געווען א איסטניס דאס הייסט איינער וואס איז זייער איידל, אויב ער האט געגעסן איינמאל האט ער שוין נישט דערנאך געקענט געהעריג עסן, דעריבער האט ער געפאסט א גאנצע ערב פסח אז פסח ביינאכט זאל ער קענען עסן די מצות און טרינקען די וויין ווי די הלכה איז (פסחים ק"ח ע"א).