מענדל עלעפאנט

יידישער זשורנאליסט

מענדל עלעפאנט (אונגעריש: Emánuel Elefánt; ‏6טן סעפּטעמבער, 1906, אויבער ווישעווע - 1942 בערך, ווילנע, ליטע) איז געווען אַ ייִדישער שרײַבער, אַ פאָעט (דיכטער), קינסטלער און זשורנאַליסט.

מענדל עלעפאנט
געבורט 6 סעפטעמבער 1906
אויבער-ווישעווע, רומעניע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1942 (אלט 35 בערך)
ווילנע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה רומעניע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
וואוינארט אויבער-ווישעווע, קאשוי, ריא דע זשאנערא, לעמבערג, ווילנע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך שרייבער, זשורנאליסט, דיכטער, רעדאקטאר, רעדאקטאר, רעדאקטאר, דראמאטורג רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
בן/בת זוג עלקע בלאשטיין-עלעפאנט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
מענדל עלעפאנט און זיין ווייב

לעבנס געשיכטע

רעדאַקטירן

מענדל עלעפאנט איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל אויבער ווישעווע אין מאראמאראש, עסטרייך-אונגארן (היינט רומעניע), צו זיין פאטער הרב דב בעריש עלעפאנט, און זיין מוטער מרת באווא (געב׳ אייזנבערגער). זיין פאטער איז געווען א רב און א דיין.‏[1] זיין מוטער, באַוואַ, איז געווען אַ געשעפט פרוי, זי האט געהאט זעכצן קינדער; עטלעכע זענען געשטארבן אין קינדשאַפט. ער איז אויפגעוואַקסן אין א חסידישער סביבה. מענדל האט געלערנט אין חדר און אלס בחור פלעגט ער לערנען אין דער ישיבה אין סיגעט.

אין די 1920ער יאָרן האט ער אבער דאך געמוזט זארגן פאר די חתונה הוצאות, און האט אױסגעװאַנדערט קיין ריא דע זשאנערא, בראזיל. בעת זיין וויילן אין ריא, האט ער פארעפנטלעכט אייניקע ארטיקלען און לידער.‏[2] עטלעכע יאר שפּעטער האָט ער זיך אומגעקערט אהיים, און האָט פארהייראט זיין פרוי, אילאנקא (געב' בלושטיין). זיי האבן געהאט איין קינד.

אין טשעכאסלאוואקיי, צווישן די צוויי וועלט מלחמות, האט מענדל געארבעט אלס זשורנאליסט אין מונקאטש און קאשוי. אין 1929 האָט מענדל רעדאַגירט די יידישע צייטונג "דער פאקל",‏[3] און דערנאָכדעם "דער קאנטשיק",‏[4] און אין 1933 - "דאס יידישע ווארט", ‏[5] (אויף אונגאריש: "zsidó szó"),‏[6] וואָס איז געווען אַ וויכטיקע צייַטונג אין קאשוי, טשעכאסלאוואקיי.‏[7]

אין די שפעט 1930ער יאָרן עלעפאנט האָט רעדאַגירט א סאטירישע יידישע זשורנאל אין מונקאטש.‏[8]

ביים אויסבראך פון דער צווייטער וועלט מלחמה איז ער געווען אַ זשורנאַליסט פֿאַר דער לעמבערגער יידישער צייטונג, אין לעמבערג, פוילן.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. חיים צבי מאנהיימר, עין הבדולח : חידושים על סוגיות הש"ס, ניו יורק, ארה"ב: הרב זכריהו עלעפאנט, 1944, בל' 1-6 (הקדמה)
  2. שמואל מאלאמוד, אין אנדענק פון "פראסא אנזע": א קאפיטל זכרונות פון די צוואנציקער יארן, ריו דה ז'נרו, ברזיל: "יידישע פרעסע", 1981, עמ' 32-33
  3. דער פאקל: וואכנבלאט פאר ליטעראטור און געזעלשאפטלעכע ענינים: דערשיינט יעדן דאנערשטיק. קאשוי: מענדל עלעפאנט, 1929
  4. "דער קאנטשיק", די נאציאנאלע ביבליאטעק פון ישראל.
  5. Sándor Scheiber, Magyar zsidó hírlapok és folyóiratok bibliográfiája (= Bibliography of Hungarian Jewish newspapers and journals), Budapest : MTA Judaisztikai Kutatócsoport, 1993, p. 179.
  6. זעט אויף די נאציאנאלע ביבליאטעק פון אונגארן Zsidó szó : pártonkívüli társadalmi riportlap / szerk. Elefant Emanuel
  7. זעט באריכות: Previously unexplored sources on the Holocaust in Hungary: a selection from Jewish periodicals, 1930-1944", ירושלים: Jerusalem: יד ושם המכון לחקר השואה, 2007, בל' 28-35, שרייבט באריכות די געשיכטע פון מענדל און די צייטונג און זייַן זשורנאַליסטיק מלחמות מיט אנדערע קאָנקורענט צייטונגען אין קאשוי
  8. זעט : "Previously unexplored sources on the Holocaust in Hungary", שם, בלאט 28 הערה 59: "I learned from Szonja Komoróczy, an expert on the Yiddish-Language press in Hungary, that Emánuel Elefánt also edited a Yiddish language satirical paper toward the end of the 1930s in Munkács."