מעלות איז אַן אויסגאַבע, אויף דעם ערשטן בלאט שטייט אז דאס איז א "מאָנאַטליכע אויסגאַבע פֿאַר דער אידישער היים".

אַ געוויסע חסידישע פֿרוי פֿון מאָנסי איז איר רעדאַקטאָרין. און דאָס איז זייער אָרעם און גאָר שטאַרק צוריקגעשטאַנען אין די גראַפֿיקס טייל, אין קעגנזאץ צו אנדערע אויסגאבעס אויף דער אידישער מארק ווי דער שטערן, אָבער עס איז גאָר רײַך אין גראַמאַטיק, און איז פֿול מיט אינהאַלט אויף ייִדישקייט, חינוך, בין אדם לחבירו, תורה'דיגע ארטיקלען, און נאך .

זיי האבן ארטיקלען פאר מענער און פרויען֚ יונג און אלט֭ באזונדער זענען זיי בארימט מיטן אפטיילונג ׳׳׳מאמע לשון׳׳׳ וועלכער איז א יחיד במינו אין די היינטיגע חסידישע ליטעראטור. דער בארימטער פראפעסער הירשע דוד קאץ האט אין אן ארטיקל אינעם ירושלימער אלמאנאך (נומער 27) זייער שיין באשריבן די אויסגאבע. און ארויסגעברענגט איהר אייגנארטיקייט מיטן לערנען שפראך צום חסידישן עולם.

מעלות דינט אויך אלס א פלאטפארמע פאר דער אידיש רעדנדער עולם זיך אדורכרעדן און נאשן עצות איינער פונ'ם צווייטן אין פארשידענע ענינים, בעיקר אין געזונטהייט און השקפה. מעלות איז אויך געווען פון די ערשטע וועלכע האט אדורכגעבראכן דער מויער און האט אנגעהויבן רעדו אפן פון גייסטישע פראבלעמען ווי דעפרעסיע, ענקזייעטי, וכדומה. בפרט האבן זיי זיך באקאנט געמאכט מיט זייער סעריע ארטיקלען אויף בארדערליין פערסאנאליטי דיסארדער.

מיט די צייט האבן זיי אנגעזאמלט גאר אסאך חומר, וועלכע זיי נעמען צוזאם און דרוקן אפ אין ביכער לויט די קאטעגאריעס.

אין דער בלאָגערוועלט האָט שלום בערגער באַקאַנט געמאַכט מעלות דורכן פּובליצירן דעם בריוו–אויסטויש צווישן זיי און אים אין זײַן בלאָג.


וועבלינקען

רעדאַקטירן