הירשע דוד קאץ
הירשע-דוד כ"ץ (געב' 1956) איז א דיכטער, דענקער, שריפטשטעלער און פארשער, וועמענס ארטיקלען איבער דער אידישער שפראך דערשיינען וועכנטליך אין דער אלגעמיינער זשורנאל. ביז נישט לאנג צוריק פלעגט ער זיך דרוקן אויסשליסליך אין דעם יידישן פארווערטס.
![]() | |
געבורט |
9 מאי 1956 (אלט 67) ברוקלין, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע ![]() |
---|---|
מדינה |
פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע ![]() |
לערנארט |
אוניווערסיטעט פון לאנדאן קאלומביע אוניווערסיטעט ![]() |
www | |
![]() ![]() |
ער לעבט און שאפט אין דער אידישער ווילנע, און פארט כסדר ארום איבער מזרח אייראפע פון אמאל צו פאראייביגן איר זכרון דורך אינטערוויואירן שארית-הפליטה איבערלעבער פון דעם חורבן אייראפע. זיינע ארטיקלען זענען פול מיט אידישע געפילן פאר אהבת ישראל, און אחריות צו לערנען מיט די נייע דורות וואס מיר האבן אמאל פארמאגט[פֿעלט אַ מקור].
ער איז אויפגעוואקסן אין בארא פארק, און על אף וואס ער איז א אידישיסטישער פראפעסער איז ער אנדערשט ווי די אנדערע אידישיסטן פון די ייוו"א קולטור, ווייל ער האט ארויסגעגעבן א בוך וואו ער שרייבט אז די ייוו"א ארטאגראפיע איז נישט די איינציקסטע אויסגעהאלטענע ארטאגראפיע. [1].