רבי מנחם מענדיל מארגנשטערן זצ"ל (ה'תקמ"ז - כ"ב שבט ה'תרי"ט) פון קאצק, באקאנט אלס "דער קאצקער רבי".

מנחם מענדיל מארגנשטערן
געבורט 1787
ה'תקמ"ז
פויליש-ליטווישע קאמאנוועלט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 27 יאנואר 1859 (אלט 72 בערך)
כ"ב שבט ה'תרי"ט
רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה רוסלענדישע אימפעריע, פויליש-ליטווישע קאמאנוועלט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
תלמידים מרדכי יוסף ליינער, יצחק מאיר אלטער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי מנחם מענדיל איז געבוירן אין גוריי אין יאר ה'תקמ"ז צו זיין פאטער הרב יהודה לייביש און זיין מוטער עטא (אדער עלקא אדער אסתר), א טאכטער פון ר' ישכר בער הלוי סג"ל פון גוריי.‏[1]

אין עלטער פון פופצען יאר איז רבי מנחם מענדיל געגאנגען לערנען ביים חוזה פון לובלין, נאכהער איז ער געגאנגען לערנען ביים ייד הקדוש אין פרשיסחא, נאך זיין רבין'ס פטירה איז רבי מנחם מענדיל געבליבן ביי זיין נאכפאלגער הרב שמחה בונם פון פרשיסחא.

אין יאר ה'תקפ"ז נאך דער פטירה פון רבי שמחה בונם פון פרשיסחא האט רבי מנחם מענדיל אנגעהויבן פראווען זיין אייגענע רביסטעווע אין טאמאשאוו אין נאכהער איז ער אריבער קיין קאצק. א טייל פון די חסידים פונעם רבי'ן ר' בונים האבן מקבל געווען רבי מנחם מענדל אלס רבי'ן אין שפיץ פון רבי יצחק מאיר פון גער.

די פארשפארטע יארן

רעדאַקטירן

די מעשה האט, פאר פארשטענדליכע סיבות, פארשידענע גירסא'ס. לויט געוויסע מקורות, האט די רבי ביי די שבת טיש פרייטיג צונאכטס אויסגעלאשן די לעכט און אויסגערופען "לית דין ולית דיין!"[2]. לויט אנדערע מקורות האט ער נאר אנגערירט די לייכטער, און לויט געוויסער גירסא'ס האט ער נישט מער ווי געשריגן אויף זיינע חסידים[3], אדער אויפן באשעפער[4]. די משכילים האבן פארשפרייט אז דער קאצקער רבי איז געווארן א באהאלטענער אטעיסט[5], און די חסידים האבן נישט געוואלט רעדן דערוועגן, נאר עס גערופן "שבת שחלה רבינו".

דער רבי איז דערנאך געווען איינגעשפארט אין א שטוב צוואנציג יאר,[3] ביז זיין פטירה, און ער האט נאר געהאט קאנטאקט מיט זיינע גאר נאנטע מקורבים און משפחה.

רבי מנחם מענדל איז נפטר געווארן כ"ב שבט ה'תרי"ט.

זיינע תלמידים

רעדאַקטירן

פון זיינע תלמידים:

זיינע קינדער:

פון זיווג ראשון מרת גליקל (א טאכטער פון ר' אייזיק ניי פון טאמאשאוו):

  • הרב דוד מארגנשטערן פון קאצק.

פון זיווג שני, מרת חיה ליפשיץ ( א טאכטכער פון ר' משה "חלפן")

  • מרת ברכה, די ווייב פון הרב בערל וואלף ראפאפארט פון קאצק.
  • מרת שרה צינא, די ווייב פון הרב אברהם בארנשטיין פון סאכאטשאוו.
  • יעקב שמחה מארגנשטערן, נפטר געווארן אלס קינד
  • הרב בנימין מארגנשטערן
  • הרב משה ירוחם מארגנשטערן
  • פערל מארגנשטערן

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. רבי מנחם מענדל מארגנשטערן ביי mytzadik.com
  2. אַרטשיווע קאָפּיע, archived from the original on 2005-08-18, https://web.archive.org/web/20050818174538/http://sadeh.corky.net/1993_01_15_article.html, דערגרייכט 2010-05-09 
  3. a b דער קאצקער רבי נח-נט
  4. http://www.archive.org/stream/nybc200633#page/n12/mode/2up
  5. http://www.archive.org/stream/nybc211632#page/n64/mode/2up