מרדכי יוסף ליינער
רבי מרדכי יוסף ליינער (ה'תקס"א-ז' טבת ה'תרי"ד) איז דער ערשטער און דער גרינדער פון דעם חסידות און דינאסטיע פון איזשביצע.
געבורט |
1802 טאמאשאוו, פוילן |
---|---|
טויט |
1854 (אלט 52 בערך) איזשביצע, פוילן |
מדינה | פוילן, רוסלענדישע אימפעריע |
פאך | אדמו"ר |
רבי מרדכי יוסף ליינער | ||
---|---|---|
איזשביצער רב | ||
געבורט | ה'תק"ס | |
פטירה | ז' טבת ה'תרי"ד | |
חסידות | איזשביצע-ראדזין | |
פירערשאפט | ת"ר - תרי"ד | |
הויף ארט | איזשביצע | |
נומער אין דינאסטיע | 1 | |
נאכפאלגער | רבי יהודה לייב אייגער רבי יעקב ליינער | |
זיינע רביס | רבי שמחה בונם פון פרשיסחא, רבי מנחם מענדל פון קאצק | |
ספרים | מי השילוח | |
פאטער | רבי יעקב, תלמיד פונעם חוזה פון לובלין | |
קינדער | רבי יעקב ליינער |
זיין גרויסער יחוס
רעדאַקטירןר' מרדכי יוסף איז געבוירן אין דער שטאט טאמאשאוו אין פוילן, זיין פאטער איז געווען ר' יעקב, א תלמיד פונעם חוזה פון לובלין. ער האט געשטאמט פון גרויסע לייט, די משפחה איז געווען גאר גרויסע מיוחסים, ר' יעקב איז געווען א זון פון ר' מרדכי פון סקאל, דער זון פון ר' יצחק פון לובלין וואס מען האט גערופן ר' יצחק בעל מופת, איינער וואס האט געמאכט וואונדערליכע זאכן פאר אידן, א זון פון ר' יהושע העשיל פון טארנאפאל דער טארנאפילער רב, דער זון פון דעם גאון ר' צבי הירש פון לובלין דער רב פון לעמבערג און לובלין. ר' צבי הערש איז געווען א זון פון דעם באקאנטן גאון ר' זכריה מענדל פון קראקע (קלויזנער), וואס מען האט גערופן ר' זכריה הנביא.[1] ער האט געשאטאמט פון ר' משה וואהל, דער רב פון חעלמא, דער זון פון ר' מאיר וואַהל, דער זון פון דעם באקאנטן עסקן און גרויסן תלמיד חכם ר' שאול וואהל פון בריסק וואס האט זוכה געווען צו זיין דער קעניג פון פוילן אויף איין נאכט.
צו צוויי יאר איז ער געווארן פאר'יתומט פון זײַן פאטער.
ער האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון רבי יוסף, דיין אין טאמאשאוו, א תלמיד פון רבי יוסף הויכגילערנטער פון זאמאשטש.
אין פרשיסחא
רעדאַקטירןר' מרדכי יוסף האט זיך פֿארבינדן מיט דער חברה חריפים אין טאמאשאוו פון תלמידים פונעם רבי'ן ר' בונים, אונטער דער פירערשאפט פון רבי מנחם מענדל פון קאצק וואס האט דעמאלסט געוואוינט אין טאמאשאוו.
צוריק קיין טאמאשאוו
ביי רבי מנחם מענדל מקאצק
די מחלוקה ברעכט אויס
א נייער חסידישער הויף
דער איזשביצער וועג
זיינע גרויסע תלמידים
רעדאַקטירןזיינע הויפט חסידים זענען געווען הר"ר יהודה לייב אייגער און הרב צדוק הכהן.
זיין הויזגעזינד
זיין הסתלקות
זיין אייניקל הר"ר גרשון העניך ליינער, דער ערשטער ראדזינער רבי, האט ארויסגעגעבן זײַנע תורות אינעם ספר "מי השילוח".