מיסוראַטאַה איז די דריטע גרעסטע שטאט אין ליביע, ווייט 200 ק"מ פון טריפאלי, ביים מערב עק פונעם סידרא איינגאס.

אין די מיטל אלטער איז מיסוראטאה געווען א גרויסער און חשובער האנדל צענטער אין דעם ראיאן. אין 1912 האבן די איטאליענער זי איינגענומען, ביז 1914. ביי דער ערשטער וועלט מלחמה איז מיסוראטאה א מיליטערישער צענטער פון די טערקן. אין 1920 האבן די איטאליענער ווידער איינגענומען מיסוראטאה. ביי דער צווייטער וועלט מלחמה האבן די בריטישע איינגענומען די שטאט.

די שטאט האט א פארט אויפן מיטלענדישן ים.

ביז 1949 האט מיסוראטאה געהאט א יידישע קהילה פון עטלעכע טויזנטער מענטשן. רוב פון זיי האבן עמיגרירט קיין ישראל, און א טייל אין איטאליע.

32°22′N 15°05′E / 32.367°N 15.083°E / 32.367; 15.083