מיין טאטע'ס שטוב
מיין טאטע'ס שטוב (העברעיש: בית אבי) איז אן ישראלישער קורצפילם (פירציג מינוט לאנג) אין די יידישע שפראך, געשאפן פון רעזשיסאר דני ראזנעבערג אלס אבשלוס-ארבייט וועהרענד זיין שטודיע אין די סעם שפיגעל שולע פאר קינעמאטאגראפי און טעלעוויזיע. "מיין טאטע'ס שטוב" איז איינער פון די וייניקע יידיש-שפראך פילמען וואס זינד געמאכט געווען זייט די 1940ער יארן. די שוישפילער רעדן אין די לאדזשער אקצענט. בארימטע אקטיארן איתי טיראן און מיקי לאון האבן געשפילט די הויפט-כאראקטער; זי האבן געלערנט יידיש ספעציאל פאר די ראלע. דער דזשורנאליסט, שרייבער און געבארענער לאדזשער משה סחר (ארכיווירט 02.04.2015 ביי דער Wayback Machine) האט געדינט אלס לעהרר און בעראטער. דער פילם איז פראדוצירט געווען פון ה'תשס"ה ביז ה'תשס"ז, און ערשט געצייגט אם י"ח אב ה'תשס"ח, אין די ירושלים פילם פעסטיוואל. דער ישראלישער קאנאל 10 האט אים אויסגעשטראלט אם יום ראשון של פסח ה'תשס"ט.
די געשיכטע האנדעלט פון לאלעק (איתי טיראן), א חורבן איבערלעבער וואס האט געקאמען נאך ארץ ישראל וועהרענד די אומאפהענגיקייט מלחמה צו זוכן זיינע קרובים, וואס לעבען אין חיפה. ער איז זאפארט איינגעצאגן אינס ארמיי און געשיקט קיין א ווייטע שטעלונג אין די מדבר, אפילו וואס ער רעדט קיין העברעיש און פארשטייט גארנישט איבער די מלחמה אדער וואס מ'ווילט פון איהם. דארט טרעפט ער זיין נייער בעפעהלסהאבר, מינץ (מיקי לאון), אויך אן איבערלעבער. די ביידע זינד אליין; אין די ארט ס'דו קיין אנדערע מענטשען, וייל די אראבער וואס האבן געלעבט דארט זינד אוועק. מינץ באמיהט זיך צו זעהען אויס ווי א "צבר", נישט א גלותניק, און פארזוכט אויך לאלעק צו פארענדערן אזוי.
װעבינקען
רעדאַקטירן- די גאנצע פילם אויף דעם סעם שפיגעל אפיציאלער קאנאל אין יו-טיוב.
- "ענדערן מיין טאטנס הויז" פילם אין YOUTUBE