האגערסטאן באן סטאנציע

לאנדאנער איבערגרונט סטאנציע
קאארדינאטן: 51°32′19″N 0°04′31″W / 51.5386°N 0.0754°W / 51.5386; -0.0754

האגערסטאן (ענגליש: Haggerston) איז א סטאנציע אויף דער מזרח לאנדאן ליניע פון דער לאנדאנער איבערגרונט אין דער לאנדאנער בארא פון העקני אין צפון־מזרח לאנדאן. זי איז אין טראוולקארט זאנע 2.

האגערסטאן לאנדאנער איבערגרונט
בילד
(למפת גרויסלאנדאן רגילה)

לאקאציע פון האגערסטאן אין גרויסלאנדאן

לאקאלער סטאנציע נאמען: Haggerston
יאר געעפנט: 1867
לאקאציע: האגערסטאן
בארא: העקני
פארוואלטער: לאנדאנער איבערגרונט
ליניעס אדורך דער סטאנציע: מזרח לאנדאן ליניע
צאל פעראנען: 2
טראוולקארטע זאנע: זאנע 2
נאציאנאלע באן יערלעכע פאסאזשירן
2013-14 ארויף 3.200 מיליאן
2014-15 ארויף 3.712 מיליאן

היסטאריע

רעדאַקטירן

די אריגינעלע סטאנציע האט געעפֿנט אום 2טן סעפטעמבער 1867 אויף דער נארד לאנדאנער באן צו באדינען די פארלענגערונג פון דער נארד לאנדאן ליניע קיין בראד סטריט אין דער סיטי פון לאנדאן. די סטאנציע איז פארמאכט געווארן אום 6טן מיי 1940. אום 7טן אקטאבער 1940 איז די סטאנציע געשעדיגט געווארן דורך א באמבע.

מען האט געבויט די היינטיקע סטאנציע א ביסל צפון פון דער ערשטער סטאנציע. מען האט געעפנט די נייע סטאנציע פאר דער לאנדאנער איבערגרונט אום 27סטן אפריל 2010 מיט א באגרעניצטע באדינונג צווישן דאלסטאן קנופ און ניו קראס אדער ניו קראס גייט. אום 23סטן מיי 2010 האט מען פארלענגערט די רוטע פון ניו קראס קיין מערב קרוידן אדער קריסטאל פאלאץ. אין דעצעמבער 2012 האט אנגעהויבן די רוטע קיין קלאפהאם קנופ.

באדינונגען

רעדאַקטירן

אין די נישט־שפיץ שעה׳ן איז די באדינונג:

פריערדיקע סטאנציע       לאנדאנער איבערגרונט   פאלגנדע סטאנציע
מזרח לאנדאן ליניע
סוף־סטאנציע אדער