מגד ארץ איז א לשון הקודש'דיג ספר געדרוקט אין רש"י אותיות, וואו עס ווערט ארויסגענומען די תמצית פסקי הלכות פון די לאנגע שטיקלעך אינעם ספר פרי מגדים אויף אורח חיים, פארפאסט דורך רבי אהרן האלבערשטאם פון ביאלא און געדרוקט אין מונקאטש בשנת תרס"ז.

ער האט עס געדרוקט אהן ארויסשרייבן זיין נאמען, ווי ער שרייבט אויפן שער בלאט: ושמי לא רשמתי מטעמים כמוסים, ער שרייבט נאר אז ער איז א ראפשיצער און צאנזער אייניקל און ביים סוף שרייבט ער עטליכע בלעטער דברי תורה וואס ער האט געהערט פון זיין פעטער רבי אהרן פון צאנז.

דער ספר אנטהאלט קלו בלעטער.

דער זוהן שרייבט אינעם הקדמה פונעם צווייטן דרוק, אז דער בעלזער רב רבי ישכר דוב האט געזאגט פארן מחבר: יישר כח גדול לכם, כאשר כ״ק א״א זצ״ל היה מחכה כל ימיו שיתחבר ספר כזה בעולם מחמת קושי ואריכות הלשון של בעל הפמ״ג, ומפני זה קשה למצוא תמצית פסק דינו הבהיר.

  • דער מהרש"ם פון ברעזאן
  • אריה לייבוש הלוי איש הורוויץ פון סטאניסלאב

דרוקסאגראפיע

רעדאַקטירן
  • מונקאטש תרס"ז, בדפוס המשובח של השותפים קאהן & פריעד
  • ברוקלין תשי"ז, בדפוס בלשן
  • ברוקלין תשד"מ, בדפוס האחים גרויס