מאנטשעסטער פיקאדילי סטאנציע

באן סטאנציע אין ענגלאנד
קאארדינאטן: 53°28′37″N 2°13′48″W / 53.477°N 2.23°W / 53.477; -2.23

מאַנטשעסטער פּיקאַדילי סטאַנציע איז די הויפּט באַן סטאַנציע פון מאַנטשעסטער, ענגלאַנד . זי באדינט צווישנשטעט רוטעס קיין לאָנדאָן יוסטאָן, בירמינגהאַם ניו סטריט, דרום וויילז און דעם דרום ברעג פון ענגלאַנד, עדינבורג און גלאַסגוי צענטראַל אין סקאָטלאַנד, און רוטעס איבער צפוןנדיקן ענגלאַנד. זי איז איינע פון 18 בריטישע באַן סטאנציעס פארוואלטעט דורך די נעצווערק באן, און איז די גרעסטע און באשעפטיקסטע פון די פינף שטאָט־צענטער באַן סטאנציעס אין צענטראַל מאַנטשעסטער/ סאַלפאָרד. די אנדערע זענען מאַנטשעסטער וויקטאָריע, סאַלפאָרד צענטראַל, דינסגאייט און מאַנטשעסטער אָקספֿאָרד ראד .

מאנטשעסטער פיקאדילי Manchester Metrolink
בילד

סטאנציע געביידע

לאקאלער סטאנציע נאמען: Manchester Piccadilly
יאר געעפנט: 1842
לאקאציע: מאנטשעסטער סיטי צענטער
לאקאלער ראט: מאנטשעסטער
פארוואלטער: נעצווערק באן
צאל פעראנען: 14 (נאציאנאלע באן)
2 (מאנטשעסטער מעטראלינק)
סטאנציע קאד: MAN
יערלעכע פאסאזשירן
2013-14 ארויף 24.476 מיליאן
2014-15 ארויף 24.615 מיליאן
2015-16 ארויף 25.793 מיליאן
2016-17 ארויף 27.807 מיליאן
2017-18 אראפ 27.725 מיליאן

פיקאדיליע איז די באשעפטיקסטע סטאַנציע אין ענגלאַנד אינדרויסן פון לאָנדאָן פֿאַר פּאַסאַזשיר באניץ.[1] לויט אַן אומאָפּהענגיקן אויספרעג אין 2007, האט מאנטשעסטער פיקאדילי דעם העכסטן קונדן צופֿרידנקייט פון אלע סטאַנציעס אינעם פאראייניגטן קעניגרייך, מיט 92% פון פּאַסאַזשירן צופֿרידן מיט דער סטאַנציע; דער נאציאנאלער דורכשניט איז געווען 60%.[2]

די סטאנציע האט געעפנט דעם 8טן מיי 1842.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. "Station Usage 2007-2008" (xls), Office of Rail Regulation station usage statistics, archived from the original on 2010-11-11, https://web.archive.org/web/20101111060542/http://www.rail-reg.gov.uk/upload/xls/station_usage_0708.xls, דערגרייכט 2טן יוני 2009 
  2. Revamped station tops train poll, BBC NEWS, ‏2טן אויגוסט 2007, http://news.bbc.co.uk/1/hi/england/manchester/6927406.stm, דערגרייכט 17טן סעפטעמבער 2008