מאורות איז אן ארגאניזאציע וואס איז אויפגעשטעלט אין ה'תשנ"ט דורך הרב חיים דוד קאוואלסקי צו פארשפרייטן דעם ענין פון לערנען דף היומי. היינט פירט זי אן אויך אנדערע פראיעקטן און זי רופט זיך אן „אלוועלטליכע תורה נעץ".

מאורות
hadafhayomi.co.il

מאורות הדף היומי

רעדאַקטירן

די עיקר טעטיקייטן פון מאורות זענען אין דעם געביט פון דף היומי. מאורות האט אויפגעשטעלט א רייע פון בתי מדרשים פאר מגידי שיעור פון דף היומי. דער הויפט מאורות בית מדרש געפינט זיך אינעם סאכאטשאווער בית מדרש אין בני ברק. אין די שיעורים פאר די מגידי שיעור איינע פון די זאכן אויף וואס מען שטעלט א דגש איז צו פארבינדן די סוגיא וואס מען לערנט אינעם דף מיט טאג טעגליך לעבן. אין ה'תשס"ג האבן זיי אויפגעשטעלט א צווייטן בית מדרש אין ירושלים, און אין ה'תשס"ה אויך אין עמנואל און רכסים.

גליון "מאורות הדף היומי"

רעדאַקטירן

די רבנים פונעם בית המדרש פאר מגידי שיעור געבן ארויס יעדע וואך א העפט "מאורות הדף היומי" וואס רעדט ארום פארשידענע עניינים פון די וואכנדיגע דפים. די העפט ווערט פארשפרייט און ארץ ישראל און איבער דער גארער וועלט בערך 40,000 עקזעמפלארן אויף העברעיש און ענגליש.

אויסגאבע פון גמרות

רעדאַקטירן

אין ה'תשס"ג האט מען אנגעהויבן ארויסגעבן א סעריע פון גמרות ספעציעל פאר דף היומי לערנערס. מיטן אנהייב פון 12טן מחזור פון דף היומי געבט מען אויס אויך גמרות אין א קליינעם פארמאט, פון 30 דף, וואס איז גוט מיטצונעמען ווען מען פארט אויף א וועג; די גמרות הייסן "ותלמודו בידו". אין געוויסע מסכתות (למשל עירובין, סוכה און ראש השנה האט מען צוגעדרוקט קאמפיוטער-געמאכטע בילדער כדי מ'זאל בעסער פארשטיין די סוגיות.


מאורות געבט ארויס א סעט פון סי-דיס מיט דף היומי שיעורים וואס מ'קען באקומען אויף פיר שפראכן: העברעיש, אידיש, ענגליש און פראנצויזיש.


מאורות השבת

רעדאַקטירן

מאורות השבת איז א נייער פראיעקט פון מאורות זייט ה'תשס"ז. זיין ציל איז מ'זאל לערנען הלכות שבת אין יעדן יידישן שטוב ביי די שבת סעודות. במשך דריי יאר לערנט מען אדורך גאנץ הלכות שבת. אין ה'תשס"ח האט מען פארטייטשט דעם דריטן באנד פון מאורות השבת אויף אידיש און ענגליש.