לענארד כהן (ענגליש: Leonard Norman Cohen; ג' תשרי ה'תרצ"ה - ו׳ חשוון ה'תשע"ז) איז געווען  א יודישער קאנאדער, שרייבער, דיכטער, זינגער און קאמפאזיטער.

לענארד כהן, 1988

ביאגראפיערעדאַקטירן

ער איז געבוירן אין מאנטריאל, קאנאדע. זיין טאטע נתן איז געווען א שניידער און איז געשטארבן ווען לענארד איז אלט געווען בלויז ניין יאר.

ביי די צוואנציג יאר האט ער שוין אויפגעשטעלט זיין ערשטע מוזיק קאפעליע וועלכע האט בעיקר געזינגען אמעריקאנישע פאלקס לידער.

ער האט ליב געהאט צו ארומפארן און געווען נייגעריג כסדר צו באטראכטן נייע זאכן. אין 1960 האט ער געוואוינט אין גריכנלאנד און אין 1967 האט ער זיך געצויגן אין די פאראייניגטע שטאטן.

ער האט באזוכט קובא דורכאויס איהר שטרייט מיט אמעריקע און אין 1973 איז ער געפארן קיין ישראל אנטייל צו נעמען אין דער יום כיפור מלחמה.

פאמיליערעדאַקטירן

ער האט קיינמאל נישט אפיציעל חתונה געהאט, אבער האט עטליכע קינדער פון זיינע באציאונגען.

זיין זוהן אדם וועלכע איז געבוירן אין 1972 איז אליינס א זינגער און קאמפאזיטאר.

כהן איז געווען א שטאלצער יוד, פארבונדן צו יודישקייט, ווי עס קענטיג אין טייל פון זיינע פאפולערע קאמפאזיציעס. ער איז געווען אויך א בודהיסט און וועגעטאריאניזם.

אויסצייכענונגעןרעדאַקטירן

זיינע ווערקרעדאַקטירן

דיסקאגראפיערעדאַקטירן

ביכעררעדאַקטירן

וועב לינקעןרעדאַקטירן