לופטמאשין רעגיסטראציע

קאד וואס אידענטיפיצירט א לופטמאשין

א לופֿטמאַשין רעגיסטראַציע אדער וויידל נומער איז אַן אַלפֿאַ-נומערישער קאָד וואס אידענטיפֿיצירט אַ לופֿטמאַשין, ענלעך מיט אַ רעגיסטראַציע ברעטל אויף אַן אויטאָ. לויט דער אָפּמאַך איבער אינטערנאַציאָנעלע ציווילע אַוויאַציע דאַרף אַלע לופֿטמאַשינען ווערן רעגיסטרירט ביי אַ נאַציאָנאַלע אויטאָריטעט (אזוי ווי די פֿעדעראַלע אַוויאַציע אַדמיניסטראַציע אדער טראַנספאָרט קאַנאַדע) און טראגן אַ באַשטעטיקונג פֿון די רעגיסטראַציע אין אַ לעגאַלער דאָקומענט וואס הייסט אַ רעגיסטראַציע אויסווייַז ביי אַלע צייטן אין אַרבעט. מערסט מדינות באַגערן אַז די רעגיסטראַציע ווערט באַשרייבן אויף אַ פּערמאַנענטע פֿייער-אומבאַרירלעכע ברעטל אויף די הויפטע ראַם פֿאַר אַקצידענט פֿאָרשונג נאָך אַ פֿייער אדער קראַך.

אַ וואַנס RV-7 וואס איז רעגיסטרירט געוואָרן אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך