להגדיל שמו איז די צווייטע קאסעטע פון ניגוני ר' יהושע מענדלאוויטש, דער סאטמארער קאמפאזיטאר, וואס איז ערשינען אין יאהר 2002.

די ניגונים "שמחנו" און "ברוך הוא" זענען קאמפאזירט געווארן לכבוד דער גרויסער חתונה פונעם יונגסטן זון פון רבי אהרן טייטלבוים חשון ה'תשס"ג אין די ניו יארק סטעיט ארמארי.

אויף צוויי שטייטע ניגונים "אילן" און "חננו", איז דא יודישע גראמען פארפאסט דורך יקיר ברוין.

די מוזיק איז אראנזשירט דורך יוחי בריסקמאן, ערוואקסענע כאר: אברהמי בריסקמאן און די קינדער כאר און סאלאס ביי נפתלי יוסף מענדלאוויטש.

די סאלאס זענען היינט צו טאג אלע באקאנטע סאטמארער זינגערס, אייזיק האניג, שמואל פריעדמאן, נפתלי יוסף מענדלאוויטש, יואל שווארץ, אנטשיל צין, און יונתן בנימין לעווי וועלכער איז נאך דאן געווען א חתן.

  • שמחנו, סאלאס: שמואל פרידמאן און הילד שלמה כ"ץ
  • אילן, סאלאס: נפתלי יוסף, שמואל פר"מ, צבי אלימלך מענדלאוויטש און יוסף בערקאוויטש
  • קוה, סאלאס: יאמי לעווי, יואל שלמה יאקאב
  • אלקינו, סאלאס: שמואל פר"מ און נפתלי יוסף
  • והנחילנו, סאלאס: אנטשיל צין (דער ניגון איז ווי א המשך צום פריערדיגן או"א)

צווייטע זייט:

  • ברוך הוא, סאלאס: יואלי שווארץ, נפתלי יוסף און יואל שלמה יאקאב
  • חננו, סאלאס: אייזיק האניג, אליעזר בינער
  • זכרו, סאלאס: נפתלי יוסף, שמואל פר"מ, יהוסף קאהן
  • יהי רצון, סאלא: צבי אלימלך מענדלאוויטש
  • והביאנו, סאלאס: יאמי לעווי, (שנעלע פאל, המשך פון יהי רצון)

מוזיקאנטן

רעדאַקטירן