כריין
(אַריבערגעפֿירט פון כרײן)
כרײן איז אַ מין פֿון גרינסן װאָס האָט אַ בײַסיקן טעם. דער כרײן איז אַ װאָרצל פֿון דער פֿלאַנץ Armoracia rusticana, װאָס געהערט צו דער פֿלאַנצן־משפּחה פֿון די צלם־בלומיקע (Brassicaceae).
כריין | ||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע | ||||||||||||||
| ||||||||||||||
בינאמינאלישער נאמען | ||||||||||||||
Armoracia rusticana P.G. Gaertn., B. Mey. & Scherb (1800) |
מען טוט צערייבן דעם כריין צו מאכן א שאַרפן מאכל וואָס מען עסט אַלס צושפּייז צו פלייש אָדער געפילטע פיש. עס איז געמאלענע כריין מיט צוויקן, ס`האָט אַ רויטער קאָליר.
אין יידישקייט
רעדאַקטירןכריין איז איינער פון די מינים וואס מ'קען ניצן פאר מרור פסח ביים סדר. צוליב דעם וואס אין די קאלטע אייראפעאישע לענדער איז שווער צו באקומען שאלאטן אויף מרור פסח צייט, האבן רוב יידן אנשטאט דעם גענוצט כריין פסח ביים סדר פאר מרור.