כרמלית (חיפה)

מעטרא אין חיפה

די כרמלית (אויסגערעדט: קאַרמעליט) איז די אונטערגרונט פֿוניקולאַר פֿון דער שטאָט חיפֿה. דער כרמלית איז אײנע פֿון די קירצסטע מעטראס אױף דער גאָרער װעלט.

רוטע מאפע

דאס כרמלית איז אויפגעשטעלט געווארן אין די 1950ער יארן, און האט אנגעהויבן אויפנעמען פאסאזשירן, דעם 6טן אקטאבער 1959. די ערשטע פלענער אויפצושטעלן די אונטערגרונט באן, איז שוין פון דעם בריטישן מאנדאט, וועלכע האט פלאנירט, און באטראכט פארשלאגן פון עטליכע אינזשערנירן אין די 1930ער יארן, עס איז אבער קיינמאל נישט צושטאנד געקומען.

ווען ישראל איז געווארן זעלבסטשטענדיק, האט מען פריש אנגעפאנגען באטראכטן פלענער, און צום ענדע באשלאסן אויפצושטעלן אן אונטערגרונט באן. דער באן איז פאקטיש נישט א באן, עס ארבעט אין א געוויסע וועג ווי א ליפט, מיט צוויי מאטארן, פון ביידע עקן פון די רעלסן, וואס זיי טרייבן די וואגאנען, ווען איין וואגאן פארט ארויף, פארט אן אנדערע וואגאן אראפ און טרייבט ארויף די אנדערע באן. דער ליניע באשטייט בלויז פון אן איינצעלנע רעלס, אבער פונקט אינדערמיט ווי די צוויי וואגאנען טרעפן זיך איז דא צוויי, צו ערמעגלעכן דאס אריבערגאנג.

די לענג פון די ליניע איז 2,000 מעטער, מיט די זעקס סטאנציעס אריינגערעכנט, 1,803 מעטער אן די סטאנציעס.

די ווייטקייט פון דער ערשטער סטאנציע ביזן ענדע ליניע, איז זעקס-זיבן מינוט רייזע. די באן געפונט זיך זעכצן מעטער אונטער ערד אין דורכשניט, די ברייטקיטט פון טונעל איז 3.30 מעטער, און ביי די צענטער ווי ביידע וואגאנען טרעפן זיך דאפלט 6.60. די הויכקייט פון טונעל איז 4.20.

אין סטאמבול, טערקיי. איז פארהאן א קלענערע ליניע, אבער דארט איז דא א ברייטע נעץ פון אונטערערדישע באנען, און אין חיפה איז דאס די איינציקסטע אונטערערדישע טראנספארט מיטל. די שיפקייט איז 30 פראצענט, און די אונטערשידט צווישן די העכסטע סטאנציע און די נידעריקסטע, איז 274 מעטער וואס די איינציקסטע אין די וועלט צו פארן אזא שיפקייט.

די ערשטע סטאנציע געפונט זיך אויפן כרמל בארג , וואס דארט געפונט זיך די קאנטראל סיסטעמען, די סטאנציע געפונט נאנט צו די זאא, און הייסט גן האם. די צווייטע סטאנציע בני ציון, וואס איז נעבן בני ציון שפיטאל. די דריטע סטאנציע איז אין הדר געגנט איז מצדה סטאנציע. פערטע סטאנציע איז הנביאים גאס. סולל בונה איז די פיפטע סטאנציע. און פאריז פלאזא איז די לעצטע, און נידעריקסטע סטאנציע, וואס געפונט זיך אין אונטערשטען טייל פון שטאט (עיר התחתית). נאנט צום פארט, און חיפה צענטראל באן סטאנציע.

גאַלעריע

רעדאַקטירן

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: כרמלית (חיפה)