כענטשין

שטעטל אין פוילן
כענטשין
Chęciny
א שול אין כענטשין
מדינה / טעריטאָריע פּוילן
גרינדונג דאַטע 13טער יארהונדערט
קאָאָרדינאַטן 50°48′N 20°28′E / 50.800°N 20.467°E / 50.800; 20.467קאארדינאטן: 50°48′N 20°28′E / 50.800°N 20.467°E / 50.800; 20.467
וואיעוואדעשאפט שווענשטאקזשיציע
בירגערמייסטער ראבערט יאווארסקי
שטח 14.12 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטעטל
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

4,304‏  (שטייענדיג 2012)
300 באוואוינער א ק"מ2
www.checiny.pl

כענטשין (פּויליש: Chęciny; רוסיש: Хенцины) איז א שטעטל אין דרום־מזרח פוילן מיט 4,304 איינוואוינער (2012). עס געפינט זיך אין דער שווענשטאקזשיצער וואיעוואדעשאפט (זייט 1999). פונעם 15טן יארהונדערט ביז 1795 איז עס געווען אין דער צויזמירער וואיעוואדעשאפט פון קליינפוילן. פון 1867 איז די שטאט געווען אין דער קעלצער גובערניע.

רבי חיים שמואל שטערנפעלד, אן אוראייניקל פונעם חוזה פון לובלין, האט אויפגעשטעלט זיין הויף אין כענטשין.

היסטאריע

רעדאַקטירן

דאס שטעטל ווערט דערמאנט אין דאקומענטן פון 1275, און האט באקומען שטאט רעכטן אין 1325. אינעם 16טן יארהונדערט איז כענטשין געווען א צענטער פון מינעריי און האנדל, און זיין מארמארשטיין איז געווען בארימט איבער גאנץ פוילן־ליטע. אויך איז כענטשין געווען א צענטער פון דער פראטעסטאנטישער רעפארמאציע.

די יידישע קהילה פון כענטשין איז גאר אלט; מען האט געבויט די ערשטע שול אין 1638.

אין די תר"ם יארן איז דער שטאטס רב געווען הרב נתן מאיר פיש. נאך אים איז געווארן רב רבי יהושע העשיל הורוויץ, א זון פונעם כענטשינער רבי'ן רבי חיים שמואל.

אין דעם 19טן יארהונדערט זענען יידן געווען 70% פון דער באפעלקערונג פון דער שטאט. אין 1897 האט די יידישע באפעלקערונג פון כענטשין געציילט 4,361 נפשות. אבער עס האבן פאסירט א סך שריפות, און אין 1921 איז די צאל יידן געווען נאר 2,825 מענטשן, 51% פון דעם שטעטלס באפעלקערונג.‏[1]

 
מצבות אינעם כענטשינער בית עולם

די דייטשן האבן אקופירט דאס שטעטל אין 1939 און געענדיגט מאכן א געטא פאר די יידן אין די דריי וואכן, תש"א. מ'האט געברענגט נאך און נאך יידן אין דער געטא ביז אין דעצעמבער האבן געוואוינט דארט 4,000 יידן. דאן האבן זיי פארטיליקט אלע יידן אונטערוועגס אדער אין טרעבלינקע טויט לאגער.

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: כענטשין

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. "כענטשין", ביי "JewishGen" (אויף ענגליש)