כאלערע
כאלערע אדער כאלעריע איז אן אינפעקטיווע קראנקייט פון דער קליינער קישקע אנגעטון דורך דער Vibrio cholerae באקטעריע. די סימפטאמען זענען א שטענדיקע וואסעריקע שילשול און ברעכן. מען כאפט די קראנקייט פון וואסער אדער עסן וואס איז געווארן קאנטאמינירט דורך דער צואה פון אן אינפעקטירטן מענטש, אפילו איינער וואס האט נישט קיין סימפטאמען.
פון די שטארקע שילשול און ברעכן קען מען ווערן דעהידרירט, און אין טייל פאלן שטארבט מען דערפון.
די רפואה איז צו געבן פאר דעם קראנקן צו טרינקען אסאך וואסער מיט זאלץ. ווען דער חולה קען נישט טרינקען דארף מען געבן וואסער דורך טראנספוזיע.
כאלערע קען זיך צושפרייטן אין א באפעלקערונג ביז זי ווערט אן עפידעמיע.
פארמיידן כאלערע
רעדאַקטירןכדי נישט צו כאפן כאלערע איז כדאי: