ישראל שקלאווער
רבי ישראל בן שמואל אשכנזי (שקלאוו, ליטע (היינט אין בעלארוס), תק"ל 1770 - טבריה , ה'תקצ"ט 1839), באקאנט ווי רבי ישראל שקלאווער, איז געווען א רב און איינער פון די פירער פון דער אימיגראציע פון די תלמידי הגר"א אין ארץ ישראל. ער האט מחבר געווען דאס ספר "פאת השולחן" אויף הלכות ארץ ישראל און "תקלין חדתין" אויף מסכת שקלים אין דעם ירושלמי.
געבורט |
1770 ה'תק"ל |
---|---|
טויט |
22 מאי 1839 (אלט 69 בערך) ט' סיון ה'תקצ"ט טבריה, אטאמאנישע אימפעריע |
קבורה ארט | אלטע בית עולם פון טבריה |
טעטיקייט ארט | ווילנע, טבריה, צפת |
באלאנג | מתנגדים, פרושים |
באשעפטיגונג | הלכה, תלמוד ירושלמי, ארץ ישראל |
אמטן | שד"ר |
זיינע רביס | ווילנער גאון |
חיבורים | פאת השולחן, תקלין חדתין |
רבי ישראל איז געבוירן געווארן אין שקלאוו אין א בארימטער משפחה פון רבנים. זיין זיידער, רבי עזריאל שקלאווער, האט אימיגרירט אין ארץ ישראל אין תקל"ב (1772) און ליגט דארטן. רבי ישראל האט געוואוינט אין שקלאוו און האט געלערנט דארט. ער האט אנגעהויבן צו לערנען ביים גאון אין ]ווילנע בערך אין תקנ"ו (1796), צוזאמען מיט זיין חבר רבי מענדל שקלאווער. נאך דער פטירה פונעם גאון אין תקנ"ח (1797) האט רבי ישראל עוסק געווען ברענגען צום דרוק דעם ביאור הגר"א אויף שולחן ערוך חלק אורח חיים.