רבי ישראל יוסף הורוויץ זצ"ל (ה'תר"ן - י"ז מנחם אב ה'תשכ"ח), ריגליצער רב.

רבי יוס'עלע איז געבוירן אין יאר ה'תר"ן (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב אלטער אליעזר הורוויץ, רב אין ריגליץ, א זון פון הרב אברהם שמחה הורוויץ, רב אין בארניוו, א זון פון הרב ישראל הורוויץ, רב אין בארניוו, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער מרת מרים א טאכטער פון הרב משה עפשטיין, א זון פון הרב קלונימס קלמן עפשטיין, א זון פון דער גוטער יוד פון ניישטאט.

אין יאר ה'תרצ"ב איז רבי יוס'עלע געפארן וואוינען קיין אמעריקא, דארט איז ער געווען רב פון די קהלה בארניוו.

רבי יוס'עלע איז נפטר געווארן י"ז מנחם אב ה'תשכ"ח.

רבי יוס'עלע האט געהייראט מרת רבקה א טאכטער פון הרב יצחק הורוויץ, דער סטוטשינער רב. זי איז נפטר געווארן חודש אדר ה'תשל"ח. זייערע קינדער:

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר