ישראל אלטער

(אַריבערגעפֿירט פון ישראל אלתר)

הרב ישראל אלטער (כ"ה תשרי ה'תרנ"ו 1895 - ב' אדר ה'תשל"ז 1977) איז געוועזן גערער רבי פֿון ה'תש"ח (1948) ביז ה'תשל"ז (1977). זײַנע תורות זענען געדרוקט אין דעם ספר 'בית ישראל'.

ישראל אלטער
געבורט 12 אקטאבער 1895
כ״ה תשרי ה'תרנ״ו
גער, פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 20 פעברואר 1977 (אלט 81)
ב' אדר ה'תשל"ז
ירושלים, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט יידישע בית עולם פון הר הזיתים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
דער רבי "בית ישראל" זי"ע מיט צוויי מקורבים ר' יענקל ווייל און דער טאלנער רבי

לעבענס געשיכטע

רעדאַקטירן

ער איז געבוירן אין שטעטל גער, פוילן, כ"ה תשרי תרנ"ו (1895) צו זײַן פֿאטער דעם „אמרי אמת" און זיין מאמע ראדע יהודית ווען זײַן זיידע דער „שפת אמת" האט נאך געלעבט. ער האט חתונה געהאט מיט א טאכטער פון זייו פעטער הרב יעקב מאיר בידערמן, מיט וועמען ער האט געהאט צווי קינדער. די רביצין מיט אירע קינדער און אייניקלעך זענען אומגעקומען אין דעם חורבן אייראפע.

אין הת"ש איז ער אוועקגעפארן פון פוילן מיט זיין פאטער קיין ארץ ישראל.

ווען דער "אמרי אמת" איז אוועק האבן גערער חסידים אויפֿגענומען אים אלס רבי. ער האט ווידערגשטעלט דאס צעבראכענע חסידות אויף די פיס, ווי אויך האט ער געהאלפן אנדערע חסידות'ן.

זײַן ארבעט פֿארן ברייטערן צבור

רעדאַקטירן

במשך די יארן תש"ח - תשל"ז, ווען דער רבי ישראל האט געפֿירט די גערער רעביסטיווע, האט ער אײַנגעפֿירט עטליכע תקנות.

די תורות וואס ער האט געזאגט בײַ טישן א.ד.ג. זענען געדרוקט אין בית ישראל (זעקס בענדער).

צום לייענען

רעדאַקטירן
  • פאר ישראל, הרב אהרן סוראסקי צוזאמען מיט הרב ברוך ווידיסלאווסקי, תשס"ב (דרײַ בענדער)

וועבלינקען

רעדאַקטירן
פֿריערדיגער:
הרב אברהם מרדכי אלטער
"אמרי אמת"
דער גערער רבי
תש"ח - תשל"ז
נאָכפֿאלגער:
הרב שמחה בונים אלטער
"לב שמחה"