באבא סאלי
רבי ישראל אבוחצירא, גערופן באבא סאלי (א' תשרי תר״ן, 26סטן סעפטעמבער 1889 - ד' שבט תשמ"ה, 8טן יאנואר 1984) איז געווען א מאראקאניש-ישראלישער רב און באוואוסט מיטן נאמען באבא סאלי ("פאטער ישראל" אדער "פאטער וואס דאווענט"). ער ליגט אין נתיבות.
געבורט |
26 סעפטעמבער 1889 ריסאני, מאראקא ![]() |
---|---|
טויט |
8 יאנואר 1984 (אלט 94) נתיבות, דרום דיסטריקט, ישראל ![]() |
מדינה |
מאראקא, ישראל ![]() |
חתימה |
![]() ![]() |
![]() ![]() |
תולדות חייורעדאַקטירן
ריסאנירעדאַקטירן
ער איז געבוירן געווארן אין דער שטאָט ריסאני, טאפילאלט דיסטריקט, מאראקא. די אבוחצירא משפחה איז געווען א באוואוסטע דינאסטיע פון רבנים, מקובלים און בעלי מופתים. זיין פאטער איז געווען הרב מסעוד אבוחצירא, דער בכור פון הרב יעקב אבוחצירא דער 'אביר יעקב'. זיינע ברידער זענען געווען הרב דוד אבוחצירא און הרב יצחק אביחצירא, דער "באבא חאקי".
ווען ער איז געווארן בר מצוה האט ער חתונה געהאט מיט זיין שוועסטער-קינד רחמה (טאכטער פון זיין פאטער׳ס שוועסטער); זי איז אבער נפטר געווארן צוויי יאר שפעטער ווען זי האט געבוירן א טאכטער, וואס אויך זי איז נישט געבליבן לעבן. ווען ער איז געווען אלט 16 יאר האט ער געהייראט פריחה אַמסאַלעם.
שוין פון א יונגן עלטער האט ער זיך געפירט מיט סיגופים: ער האט געמאכט א נדר נישט צו עסן פלייש, און וואכנטעגס פלעג ער פאסטן. ער האט זיך אויסגעלערנט שחיטה, מילה און שרייבן סת"ם. אום י"ב אייר ה'תרס"ח (1908) איז נפטר געווארן זיין פאטער רבי מסעוד, און זיין בכור רבי דוד האט איבערגענומען זיין אמט. נישט א יאר נאכהער האט ער אויסגעטיילט זיינע אויטאריטעטן, און דער באבא סאלי איז באשטימט געווארן, ווערן ער איז געווען אלט 18 יאר, דער ראש הישיבה אין ריסאני.
משב"קרעדאַקטירן
- הרב אליהו אלפסי, מחבר פונעם ספר, רבי ישראל אבוחצירא.