יצחק אייזיק שארר
הרב יצחק אייזיק שארר (תרמ"א, 1880, האלוסק - י' שבט ה'תשי"ב, 1952, בני ברק) איז געווען א חרדישער תלמיד חכם פון די ליטווישע קרייזן,און א ראש ישיבה אין סלאבאדקע. ער איז באקאנט אלץ א אנהענגער אין די מוסר באוועגונג.
געבורט | 1880 | |
---|---|---|
טויט | 6 פעברואר 1952 (אלט 72 בערך) | |
מדינה | ישראל | |
פאך | ראש ישיבה | |
אין זיין יוגנט האט ער גלערנט ביי הרב ברוך בער לייבאוויץ אין וואלאזשין און סלאבאדקע. אין סלאבאדקע האט ער חתונה געהאט מיט דער טאכטער פונעם גרינדער פון דער ישיבה אין סלאבאדקע - הרב נתן צבי פינקל, "דער אלטער פון סלאבאדקע". אין יאר תרס"ט 1909 האט הרב שארר אנגעהויבן דינען אלץ א מגיד שיעור אין די ישיבה אין סלאבאדקע, אין יאר תרפ"א (1921) איז ער אויפגענומען געווארן צו פירן דעם כולל פון דער ישיבה, און אין יאר תרפ"ח (1928) איז ער געווארן ראש ישיבה. אין יאר תש"א (1941) איז ער ארויף אויף ארץ ישראל ווי ער האט אויפגעשטעלט א כולל פאר יונגעלייט אין ירושלים. אין סיוון תש"ז (1947) האט ער אויפגעשטעלט סלאבאדקע ישיבה אין בני ברק, ווי ער האט געדינט אלץ ראש ישיבה ביז זיין פטירה אין תשי"ב. נאך זיין פטירה האט אים איבערגענומען אלס ראש ישיבה זיין איידעם, הרב מרדכי שולמאן. היינט איז דער ראש ישיבה הרב דב לאנדוי, וואס איז פארהייראט צו זיין אייניקל, א טאכטער פון זיין זון הרב יוסף.