רבי יעקב פיש (תק״ץ – כ"ג תשרי ה'תר"ד) איז געווען ראש הקהל און פרנס אין דער שטאט קאלעוו און איז געווען דער משמש פונעם קאלעווער רבי׳ן, רבי יצחק אייזיק טויב.

יעקב פיש
געבורט 1730 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 18 אקטאבער 1803 (אלט 73 בערך)
כ״ג תשרי ה׳תר״ד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט קאלעוו
וואוינארט קאלעוו רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

כאראקטער

רעדאַקטירן

רבי יעקב פיש איז געבוירן לויט מסורת צו רבי יצחק מזבליטוב און די טאכטער פונעם זון פון רבי אפרים מקיטוב, וואס איז געווען די שווער פון הבעש"ט און פאטער פון רבי גרשון קיטובער. אן אנדער מסורת זאגט אז זיין פאטער'ס טאטע רבי יצחק איז געווען א פלימעניק פון הבעש"ט. מען דערציילט אז ער איז געבענטשט געווען דורך זיין פעטער פון זיין מאמע, דער בעש"ט, ביי 7 יאר אין א ברכת אריכות ימים, און לפּי חסידישע מסורות האט ער געלעבט 113 אָדער 117 יאָר.

ער האט געוואוינט אין קאלעוו און האט געדינט אלס ראש הקהילה. ער איז געווען א צדיק און א גביר, און פילע מצדיקי דורו האבן זיך געביטן אין זיין שטוב, צווישן זיי רבי לוי יצחק מברדיטשוב, רבי לייב שרה'ס און רבי יהודה צבי מסטרטין.

דורך זיין השתדלות איז רבי יצחק אייזיק טויב געווארן געזעצט אלס רב פון קאלעוו, און ער איז געווארן זיין משמש און רעכטע האַנט.

א חסידישע מסורת דערציילט אז רבי יצחק אייזיק האט געהאט א מנהג זיך צו טבול'ן יעדער ערב שבת אין צפת, וואו ער איז געקומען מיט קפיצת הדרך, און ער פלעגט מיט זיך גענעמען זיין משמש הרב יעקב פיש. איינמאל איז געווען איינע פון די ערב שבתות האט ער פארגעסן צו צוריקנעמען זיין משמש און ערשט מוצאי שבת האט רבי יצחק אייזיק קאלעווער צוריק געגאנגען צו אים אפנעמען.

ער איז נפטר געווארן שמחת תורה תר"ד און איז געקומען צו קבורה אין קאלעוו.

זיינע קינדער:

א) הרה"צ רבי אברהם אביש פיש פון קאלעוו

ב) רבי אהרן ישעיה פיש - ער איז געלעגן נעבן זיין פאטער, נאר מען האט נאכדעם אריינגעלייגט אינצווישן הרה"צ רבי צבי אביגדור פיש פון נאפקער זצ"ל א זון פון רבי אברהם אביש ג) א טאכטער ? אשת הג"ר אברהם ארינשטיין זצ"ל (שווער פון הגה"צ רבי גדליה גליק זצ"ל פון בוקינא בעל חיי עולם)

ד) [א זון אדער טאכטער אשת?] רבי יצחק (פיש?), וואס זייער טאכטער רחל פראדל ע"ה איז געווען די רביצין פון רבי צבי אביגדור פיש הנ"ל (ערשטע קאזינס)

דער פריערדערמאנטער רבי אהרן ישעיה פיש איז א זון פון רבי יעקב פיש, נישט צום פארטוישן מיט רבי אהרן ישעיה פיש זצ"ל פון האדאס בעל פרח מטה אהרן, וועלכער איז געווען א זון פון רבי צבי אביגדור הנ"ל

פון זיינע באוואוסטע אייניקלעך זענען געווען:

א) רבי צבי אביגדור פיש פון נאפקאר - א צדיק אמת ופועל ישועות)

ב) זיין זון רבי אהרן ישעיה פיש פון האדאס - א צדיק וגאון עצום מח"ס פרח מטה אהרן)

ג) זיין זון רבי יחזקיה פיש פון מאטעסאלקע - מח"ס לב יחזקיה

ד) רבי יעקב פעקעטע זצ"ל דומ"ץ נירבאטור, איז געווען אן איידעם ביי רבי צבי אביגדור פיש פון נאפקאר

ה) א זון פון רבי צבי אביגדור, הרה"ח רבי יעקב פון טאהש, האט געהאט א זון הרה"ח רבי משה יצחק פיש, וועלכער איז געווען דער שווער פון הרב אברהם יושע רובין פון לאס אנזשעלעס

די באוואוסטע מעשה פון די סעריע "דערציילונגען פון צדיקים" אינעם ביכל "שומר ישראל" פון איינעם וואס רבי לייב שרה'ס זצ"ל האט באפוילן צו רופן דעם פריץ, און ער האט אים אנגעזאגט צו קויפן פערד מיט דעם איד, און נאכדעם איז ער ניצול געווארן פון א בלוט בלבול דארט שטייט אז דער איד איז געווען איינער רבי דוד, דערווייל איז עס א טעות, און עס איז געווען מיט רבי יעקב פיש, ביי וועמען רבי לייב שרה'ס (און נאך איבער הונדערט צוואנציג צדיקים) זענען איינגעשטאנען שוין דערמאנט אין קרעטשמע אז רבי יעקב פיש האט געהאט א זאלץ מעסטל פון בעל שם טוב הק' און מכבד געווען מיט דעם צדיקים ער האט אויפגענומען דעם הייליגן קאלעווער אין די שטאט און איז געווען יד ימינו ואיש סודו, און האט מיטגעהאלטן אסאך מורא'דיגע מעשיות מיטן קאלעווער, אפילו גילוי אליהו זל"ט


זיין אייניקל איז געווען רבי אהרן ישעיה מהאדאס.