יעקב עטלינגער

רב אין דייטשלאנד

הרב רבי יעקב יאקבֿ (יוקב יוקל) עטלינגער (עטלינגן)‏[1] (כ"ט אדר תקנ"ח, 17טן מערץ 1798כ"ה כסלו תרל"ב, 7טן דעצעמבער 1871) איז געווען א רב און א פוסק, און איינער פון די פֿירער פון ארטאדאקסישן יידנטום אין דייטשלאנד. ער האט פֿאַרפֿאַסט די ספרים "ערוך לנר" אויף ש״ס (תלמוד בבלי), "ביכורי יעקב" אויף הלכות סוכה, שו"ת "בנין ציון", און, מנחת עני.

יעקב עטלינגער
Portrait of Rabbi Jakob Ettlinger.jpg
געבורט 17 מערץ 1798
כ"ט אדר תקנ"ח
קארלסרוע, דייטשלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 7 דעצעמבער 1871 (אלט 73)
כ"ה כסלו תרל"ב
אלטאנע, דייטשלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה דייטשלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באלאנג ארטאדאקסישע יידנטום רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער OOjs UI icon info big.svg

ביאגראפֿיע

ער איז געבוירן געווארן אין קארלסרוע צו רב אהרן און מוטער רעכל רחל, רב פון א שול און זיין ערשטער רבי. אין זיין יוגנט האט ער געלערנט תורה ביי זיין פֿאָטער, דערנאך האט ער געלערנט ביים שטאטס־רב, רבי אשר (זון פונעם ״שאגת אריה״). אלס בחר איז ער געגאנגען לערנען אין דער ישיבה פון רבי אברהם בינג, אב בית דין פון ווירצבורג אין בייערן. ער האט געהייראט בת שבע, טאכטער פון ר' מאיר פון ווירצבורג.‏[2] דריי יאָר האט ער געלערנט בחברותא מיט רבי אליעזר בערגמאן. אויך האט ער געלערנט בחברותא מיט חכם יצחק בערנייס (שפעטער געווארן האמבורגער רב).

מציבה

 
מציבה פון הרב יעקב עטלינגער

כתב מינוי נשיאות ארץ ישראל מטעם רבני וחכמי הספרדים והאשכנזים

בְּעֶזְרַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ. מִי יִתֵּן מִצִּיּוֹן תֵּשׁוּעַת יִשְׂרָאֵל. אָדָם אֶחָד מֵרִיבּוֹא מָצָאנוּ, וְגַם אִשָּׁה בְּכָל אֵלֶּה מָצָאנוּ. אָמַר הַמֶּלֶךְ הֶחָכָם עָלָיו הַשָּׁלוֹם, נוֹצֶר תְּאֵינָה יֹאכַל פִּרְיָהּ,‏[3] וְרַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לַבְּרָכָה אָמְרוּ, הָאַי מַאָן דֵלָבַשׁ מַדַּה כוּ'.‏[4] הִנְנוּ מַקְנִים אַרְבַּע אַמּוֹת קַרְקַע מֵאֲחוּזַּת כּוֹלְלוֹת עִיר הַקּוֹדֶשׁ לְמַעֲלַת הָרַב הָאַי גָּאוֹן יַעֲקֹב תִּפְאֶרֶת יִשְׂרָאֵל כְּבוֹד מוהר"ר יַעֲקֹב עֶטְטלִינגֵער נֶרוֹ יָאִיר, בֶּהִקַנֶא נשו"ק‏[5] וֵאָגֵדַן אֲנַחְנוּ מְמַנִּים אוֹתוֹ גַּבַּאי וְגִזְבָּר וֵאַמָרכֹּל כּוֹלֵל אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל וְהִנְנוּ קוֹרְאִים אוֹתוֹ נָקוּב בְּשֵׁם נָשִׂיא אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל וּבְיָדוֹ אֲנָךְ לְפַקֵּח וּלְהַשְׁגִּיחַ בְּכָל עִנְיְנֵי אֶרֶץ הַקּוֹדֶשׁ וְכוּ'. וְעַל דְּבַר אֱמֶת וְצֶדֶק חָתַמְנוּ שְׁמוֹתֵינוּ פֶּה עִיר הַקּוֹדֶשׁ יְרוּשָׁלַיִם תובב"א בְּשִׁלְהֵי חוֹדֶשׁ רַחֲמִים שְׁנַתֹ, חוֹכְמַתּ אַדַם תַּאִי"ר פָּנָיו‏[6], לפ"ק, וְהַכֹּל שָׁרִיר וּבָרוּר וֶאֱמֶת וְיַצִּיב וְנָכוֹן וְקַיָּם.

  • דָא גּוּשְׁפַּנְקָא דֵשָׁדַר מַלֵכָּא דְק[וּ]שֵׁטָא יר"ה לִי לִשְׁמִי רִאשׁוֹן לְצִיּוֹן; יִצְחַק קוֹבוֹ ס"ט (חוֹתָם).
  • זֶה שְׁמִי; רַחֲמִים שְׁלֹמֹה קַלֶנִי ס"ט.
  • זֶה שְׁמִי; מָרְדְּכַי אֶלִיפַז סוּסִין ס"ט.
  • זֶה שְׁמִי; מָרְדְּכַי בִּנְיָמִין נָבוֹן ס"ט (חוֹתָם כּוֹלְלוֹת עיה"ק יְרוּשָׁלַיִם תובב"א)‏[7]

כּוֹלְלוֹת האשכנזים

  • הַקָּטָן אֶלִיעֵזֶר בֵּן לַאֲבִי אֲדוֹנִי מוֹרִי הָרַב יוֹסֵף בִּנְיָמִין בֵּערֶגמַאן זִיכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה לְחַיֵּי הָעוֹלָם הַבָּא שַׁדַר דְעִיר הַקֹּדֶשׁ תובב"א
  • נְאוּם נַחְמָן נָתַן קוֹרוֹנְל מֵאַמְשְׂטֶרְדָּם
  • מוֹטֶל בְּדַמֶּשֶׂק אר"ש יִצְחָק מִפְּרָאג.
  • חוֹתָם כּוֹלֵל עַדַת יְשׁוּרוּן יְלִידֵי דֶּיְטְשְׁלַנְד הי"ו בעיה"ק יְרוּשְׁלֶם תובב"א.
  • [הַנּוֹסַח הַמָּלֵא מוֹפִיעַ בַּמָּבוֹא לְתּוֹלְדוֹתַּיו בְּרֹאשׁ סֵפֶר בִּנְיַן צִיּוֹן עַמּוּד 39].

משפחה

אין דער ערשטער חתונה האט ער חתונה געהאט מיט חנה גיננדעל טאכטער ​​פונעם הגביר ר' טוראך קויפמאן (בזיווג ראשון), אין דער צווייטער חתונה האט ער חתונה געהאט מיט בת שבע גריפן שבע טעכטער ר' ברוך מאיר (בזיווג שני). זיינע קינדער זענען געווען

  • הרב אברהם עטלינגער
  • הרב אהרן ברוך עטלינגער
  • הרב בן ציון עטלינגער‏[8]
  • רעלכע, ווייב פון הרב ד"ר משולם זלמן הכהן
  • שרה, ווייב פון הרב ד"ר משה ליב הלוי במברגר, רב פון באד-קיסינגען, זון פון רבי יצחק דוב באמבערגער, ווירצבורגער רב
  • העלנא, ווייב פון הרב ד"ר ישראל מאיר פריימאן רב פון פילענע
  • מלכה, ווייב פון הרב הדרשן ד"ר יוסף איזאקסאן, רב פון ראטערדאם
  • רעכל, ווייב פון איר שוועסטער־קינד הרב מאיר עטלינגער
  • גיטל גוטא, ווייב פון הרב ד"ר מרדכי מארקוס הלוי הורוויץ, רב פון פראנקפורט, מחבר שו"ת מטה לוי, אבני זיכרון ורבני פרנקפורט.
  • עלא, ווייב פון הרב ג' לעפי.
  • איניקל פון הרב יעקב יאקב עטלינגער בעל הערוך לנר רבי אברהם חיים אלפערד פריימעאן מחבר פון ספר הרא"ש (תולדות חייו).

וועבלינקען

רעפֿערענצן

  1. חותם כך במכתביו
  2. אוה למושב עמ' 115
  3. משלי כז יח
  4. ברכות כח, א
  5. ראשי תיבות נתינת שטר וקנין
  6. ע"פ קהלת ח, א
  7. הנוסח הובא באוה בספר אוה למושב עמ' 119-120
  8. חתן הגביר ר' שמריהו צוקרמאן ממוהילב