הרב יעקב יצחק גאלינסקי (ט' טבת תרפ"א, 1920כ"ב שבט תשע"ד, 23סטן יאנואר 2014) איז געווען א מגיד. פריער איז ער געווען ראש ישיבה פון דער נאווהארדאקער ישיבה אין חדרה.

רבי יענק'לע גאלינסקי
געבורט 15 דעצעמבער 1920
קרינקי, פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 23 יאנואר 2014 (אלט 93) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט נאווהארדאקער ישיבה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

לעבנסגעשיכטע

רעדאַקטירן

הרב יעקב איז געבוירן געווארן אין קריניק, פוילן צו ר' אברהם צבי גאלינסקי און זיין ווייב דבורה. אין די תר"צ יארן האט ער געלערנט אין דער נאווהארדאקער ישיבה אין ביאליסטאק אונטער דעם ראש ישיבה הרב אברהם יפה'ן, אן איידעם פונעם אלטער פון נאווהארדאק. אין 1941 איז ער געווארן דעפארטירט קיין סיביר צוזאמען מיט א גרופע פון א הונדערט ישיבה בחורים. אין דער תקופה נאך דער צווייטער וועלט-מלחמה האט ער געהייראט צביה בראד, טאכטער פון ר' חיים בנימין הלוי בראד, א בראסלאווער חסיד. א שטיק צייט איז ער געווען אין די שארית הפליטה לאגערן אין דייטשלאנד, און אין 1949 איז ער ארויף אין ישראל וואו ער האט זיך באזעצט אין בני ברק.

ער איז געווען א מקורב פונעם חזון איש און רבי יעקב ישראל קאניעווסקי. אין די תש"י יארן האט ער געפירט א ישיבה אין ראש העין פאר יונגע תימנער אידן. אין די תש"כ יארן איז ער געווען ראש ישיבה פון דער נאווהארדאקער ישיבה אין חדרה, צוזאמען מיט נאך א נאווהארדאקער תלמיד, הרב אלחנן פערלמוטער.

יארן לאנג פלעג ער ארומגיין יישובים פון נייע אימיגראנטן און געדרשנט דארט. זיינע דרשות זענען געווען אויפן מוסר סטיל פון נאווהארדאק, צוזמען מיט מעשה'לעך פון זיין לעבן.

ער איז נפטר געווארן כ"ב שבט תשע"ד, אינעם מעייני הישועה שפיטאל, ביי דער עלטער פון 93.‏[1]

זיין עלצטע טאכטער איז די ווייב פון הרב חיים בערמאן, פון דער פאנאוועזשער ישיבה (א ברודער פון הרב מרדכי שלמה בערמאן). צוויי פון זיינע זין זענען נפטר געווארן אין זיין לעבן.

  • "והגדת", א סעריע ספרים אויף חומש און ימים טובים, אויפגעשריבן דורך שלום מאיר וואלאך.

קישורים חיצוניים

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן