יידישע קאלאניזאציע אסאציאסיע
יידישע קאלאניזאציע אסאציאסיע אדער אין קורצן יק"א, איז געווען א יידישע ארגאניזאציע, געגרינדעט אין יאר 1891, דורך דער פילאנטראפ מאריס הירש, ארויסצוהעלפן יידן אנטלאפענע פון די פאגראמען, אין די רוסלענדישער אימפעריע, וואס זענען אנגעקומען צו די פאראייניקטע שטאטן און ארגענטינע, איינע פון די הויפט פראיעקטן זייערע איז געווען, אויפשטעלן אגריקולטור שולעס אין גאליציע.
חובבי ציון, אין שפיץ פון בנימין זאב הערצל, האבן פרובירט איבערצייגן הירש, צו שטיצן יידישע אימיגראציע קיין פאלעסטינע, אנהייב האט ער נישט איינגעגעבן, נאכדעם וואס ער איז אוועק, האט די ארגאניזאציע אנגעפאנגען שטיצן יידישע קאלאניעס אין ארץ ישראל, ווי נס ציונה, און חדרה.
אין יאר 1899, האט עדמונד זשיימס דע ראטשילד, איבערצייגט יק"א ארויסצוהעלפן, און ווערן מער אקטיוו און בייהילפיק, אין ארץ ישראל, צוזאמען איז געגרינדעט געווארן די "ארץ ישראל ראט", וואס האט איבערגענומען די אפוטרופס אנפירערשאפט פון ראטשילד, אין 1923, איז די נאמען געטוישט געווארן צו פיק"א, פאלעסטינע יידישע קאלאניזאציע אסאסיאציע.