רבי יחזקאל שרגא דייטש (כ"ו כסלו תרפ"ו - ג' אב תשס"ו) איז געווען א שליח בית דין פון דער עדה החרדית.

זיין פאטער איז געווען רבי ברוך דייטש. זיין מוהל איז געווען רבי יוסף חיים זאנענפעלד און מען האט אים א נאמען געגעבן נאכן שינאווער רב, רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם.

נאך פון די יוגנט איז ער איז געווען מקורב צו רבי זעליג ראובן בענגיס און ער איז דאן געשטעלט געווארן אלס שליח בי"ד פון דער עדה החרדית.

ער האט זיך געדרייט ביי הרב יוסף צבי דושינסקיא און ער האט אויך משמש געווען רבי עקיבא סופר און רבי שלאמקע זוועהילער.

אין יאר תש"י האט ער זיך באזעצט אין חיפה, אויפן באפעל פון בעלזער רב. ער האט דארט אויפגעבויעט א תלמוד תורה. אין יאר תשט"ו איז ער צוריק קיין ירושלים וואו ער איז ווידער געווארן דער שליח בי"ד אונטער רבי פנחס עפשטיין און שפעטער ביי רבי דוד יונגרייז און ביים מנחת יצחק, רבי משה אריה פריינד און רבי ישראל משה דושינסקיא.

ער פלעגט אויך אסאך באגלייטן רבי עמרם בלוי ביי זיינע מערכות און אפטמאל פלעגט ער זיצן מיט אים אין תפיסה, איינמאל אפילו ביי דער סדר נאכט. ער פלעגט אים באגלייטן צו די מלוה מלכה טישן ביים שומרי אמונים רבין.

ער איז נסתלק געווארן ג' אב תשס"ו.