יורי לעװיטאן
יורי (יודקאַ בערקאָװיטש) לעװיטאַן (רוסיש: Юрий Борисович Левитан; 2טן אָקטאָבער 1914, װלאַדימיר - 4טן אױגוסט 1983, בעסאָנאָװקאַ, בעלגאָראָדער געגנט, רוסלאַנד) איז געווען א סאוועטישער ראדיא דיקטאר.
געבורט |
19 סעפטעמבער 1914 (יוליאניש) רוסלענדישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
4 אויגוסט 1983 (אלט 68) רוסלאנד |
מדינה | סאוועטן פארבאנד, רוסלענדישע אימפעריע |
קבורה ארט | נאוואדעוויטשי צווינטער |
לעוויטאן איז געבוירן דעם 2טן אקטאבער 1914 אין וולאדימיר, רוסלאנד, אין אַ ייִדישער משפּחה.
יורי לעװיטאַן איז געװען אַ באַרימטער דיקטאָר פֿון דער צענטראַלער סאָװעטישער ראַדיאָ אין די 1930-1980ער יאָרן. אַ דאַנק דער אױסדריקלעכקײט און זעלטענעם טעמבער פֿון זײַן קול, האָט מען אים באַאױפֿטראָגט פֿאָרלײענען די װיכטיקסטע דערקלערונגען און מעלדונגען. ער איז געװען דער ערשטער, װאָס האָט עפֿנטלעך מודיע געװען װעגן אַזעלכע היסטאָרישע געשעענישן װי דאָס אָנפֿאַלן פֿון היטלער-דײַטשלאַנד אױף ראַטן-פֿאַרבאַנד דעם 22סטן יוני 1941, דאָס אײַננעמען פֿון בערלין דורך דער סאָװעטישער אַרמײ און די אומבאַדינגטע קאַפּיטולאַציע פֿון דײַטשלאַנד דעם 8טן מײ 1945, די פּטירה פֿונעם סאָװעטישן אָנפֿירער יאָסיף סטאַלין דעם 5טן מערץ 1953, דער פֿלוג אין קאָסמאָס פֿון יורי גאַגאַרין דעם 12טן אַפּריל 1961, און אַזױ װײַטער. זײַנע ראַדיאָ-אױפֿטריטן פֿלעגן זיך כסדר אָנהײבן מיט די װערטער "...Внимание! Говорит Москва" (װנימאַ'ניִיע! גאַװאַרי'ט מאַסקװאַ'- אַכטונג! עס רעדט מאָסקװע...).
דער נאָמען פֿון יורי לעװיטאַן איז געװאָרן באַזונדערס פּאָפּולער אין די יאָרן פֿון דער גרױסער פֿאָטערלענדישער מלחמה (װי רופֿט מען אָן אין רוסלאַנד און אײניקע אַנדערע לענדער פֿונעם געװעזענעם ראַטן-פֿאַרבאַנד דעם סאָװעטיש-דײַטשן קריג פֿון 1941-1945 אַלס דער עיקרדיקער טײל פֿון דער צװײטער װעלט מלחמה). מיט פֿאַרבאַהאַלטענעם אָטעם, מיט אומרו און האָפֿענונג צוגלײַך, האָבן דאַן מיליאָנען מענטשן אין אַלע עקן פֿון דעם גרױסן לאַנד געהערט די ידיעות װעגן דעם מצב אױף די מלחמה-פֿראָנטן, פֿאָרגעלײענט פֿון אָט דעם מענטשן.
אין דער נאָכמלחמהדיקער צײַט, האָט יורי לעװיטאַן פֿאָרגעלײענט פֿאַרן ברײטן עולם ראַדיאָ-צוהערער װיכטיקע פּאָליטישע דאָקומענטן, געפֿירט רעפּאָרטאַזשן פֿון מלוכישע און געזעלשאַפֿטלעכע אונטערנעמונגען, אָנטײלגענומען אין טאָניפֿיצירן קינסטלערישע פֿילמען, דערקלערט "די מינוט פֿון שװײַגן" אין די יערלעכע ראַדיאָ - און טעלעוויזיע פּראָגראַמען לכבוד דעם אָנדענק פֿון די געפֿאַלענע סאָװעטישע קריגסלײַט און די קרבנות פֿון דער ציװילער באַפֿעלקערונג בשעת דער מלחמה קעגן די נאַצישע שונאים ימ"ש.
יורי לעװיטאַן איז נפֿטר געװאָרן בעת אַ באַגעגעניש מיט מלחמה-װעטעראַנען אין 1983. צו קבורה האָט מען אים געבראַכט אױפֿן "נאָװאָדעװיטשיע"-צווינטער אין מאָסקװע.