יוסף פרץ ביללער איז א ייד פון מאנסי וואס שרייבט אויף נאטור און וויסנשאפלעכע פארשונגען. ער איז דער רעדאקטאר פון דבר בעטו, א חודשליכע אויסגאבע פאר קינדער.

ער איז געבוירן אין מאנסי, און אלס קינד האט ער געלערנט אין דעם סקווערער חדר, ווי פילע פון די מאנסיער חסידישע אידן, וואס האבן דארטן געשיקט זייערע קינדער, זייענדיג דאס איינציגע חסיד'ישע בית חינוך אין דעם אומגעגנט, טראץ דעם וואס זיי האבן נישט אנגעקערט צו דעם סקווערער קרייז.

יוסף ביללער איז אמאל געווען דער רעדאקטאר פון דער אויסגאבע יפה בעתו. אין תשנ״ט האט ער פארמאכט יפה בעתו און אנגעהויבן שרייבן פאר דער בליק.

בערך אין יאר תשס"ה איז ער אריבער צו דער פלאם. שפעטער אין די סוף תש״ס יארן האט ער אנגעהויבן צוריק ארויסצוגעבן אן אייגענע אויסגאבע, אביסל ענליך צו דעם יפה בעתו, מיטן נאמען ״דבר בעטו״, אבער עס איז מער גראפיש און קאליריק, אזוי אז עס איז פיל מער ציענדיג און אינטרעסאנט.

זיין לעבנסשטייגער איז פון דעם ווייסע סלאנימער חסידות וואס איז באזירט אין ירושלים.